top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנטווערפען • גראפע פשעווארסקע חסידים פארמישט אין שווערע עקסידענט אויפן וועג אהיים קיין לאנדאן

זונטאג פ' ויקרא - כ"ו אדר תשפ"ג | קול בחצרות


א שווערע אומגליק האט דער נאכט פאסירט אין אנטווערפען ווען א גראפע חסידים זענען געוועהן פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט פון וואס איין איד איז ליידער אומגעקומען.


א ספרינטער פיל מיט אידן וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א אין אנטווערפען האבן זיך ארויסגעלאזט אין וועג אהיים קיין לאנדאן, ווען א קארצע צייט דערויף נישט ווייט אוועק פון אנטווערפען האט דער דרייווער פארלוירן קאנטראל אין אריינגעפארן אין א שטאנג פון וואס דער ווען האט זיך איבערגעדרייט, די הצלה האבן אריינגעפירט אלע פאסאשזירן אין שפיטאל רוב פון זיי מיט לייכטע וואונדן, דער דרייווער מוה''ר שמעון סגל ז''ל אן איינוואוינער אין די סטעמפארד הילל געגענט איז ליידער נפטר געווארן פון די וואונדן.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.







דער דרייווער ר' שמעון סגל ז''ל


Comentarios


bottom of page