דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ג אדר תשפ"ג
בילד קרעדיט: שוקי לרר
קול בחצרות - גרויס ניסים האט היינט פאסירט ווען כ''ק האדמו''ר מנדבורנה ירושלים שליט''א איז געוועהן פארמישט אין אן ערנסטער קאר עקסידענט זייענדיג אויפן וועג צו תפילת שחרית, וואו דער רבי מיט די משמשים זענען בחסדי שמים אַרויס אומגעשעדיגט, דעם רבינס קאר האט געליטן פון שווערע שאדנס.
ביי קריאת התורה האט די רבי שליט''א גומל געבענטשט אין נאכן דאווענען האט די רבי געהייסן צושטעלן א מסיבת לחיים אין מסיבת הודאה ווי עס זענען געזונגען געוואָרן ניגוני שמחה והודאה, דאנקענדיג דעם באשעפער אויף די גרויסע חסדים.
אין אלע בתי מדרשים דחסידי נדבורנה ירושלים בארה''ק וועט מען דעם שבת צופרי פראווען די קידושא רבא ברוב עם ובדיבוק חברים להודות ולהלל אויף די גרויסע ניסים אין חסדים.
Comments