top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט • האדמו''ר מטאהש איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים בארה''ק

דינסטאג פ' ויקהל פקודי - כ"א אדר תשפ"ג


קול בחצרות - כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א וועלכע איז אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין ארץ ישראל, איז היינט אין די פארטאגס שעהן ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון, ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת שחרית ותיקין, אינעם מערה פון רבי שמעון. און נאכן דאווענען אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים, און זיך משתטח געווען אויפן ציון הקדוש. דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון הק' פון רבי אלעזר ב"ר שמעון, און געזאגט עטליכע קאפיטלעך.


דערנאך איז מען ארויסגעפארן קיין צפת, ווי דער רבי האט מתפלל געוועהן ביי די ציונים הקדושים פונעם אר"י הק', דער רמ"ק בעל תומר דבורה, ביים מבי"ט אין נאך צדיקים שרפי מעלה וואס ליגן באהאלטן אויפן ארטיגן בית החיים. ביים ציון הק' פונעם חרדים האט מען געזינגען ידיד נפש, אין ביי הר"ר שלמה אלקבץ בעל לכה דודי האט מען געזינגען די לכה דודי ניגון


אויפן וועג אראפ פונעם בארג איז מען געווען ביים הייליגן בת עין, דער ערבי נחל, דערנאך ביים בית יוסף, ביים אלשיך הק', און ביי הר"ר אליעזר זוסיא ווייסבלום מנאדבורנא זכר צדיק לברכה אור אייניקל פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע בן אחר בן, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם שוואגער כ''ק מרן האדמו"ר מ'ליזענסק זצ"ל, און צום קבר פון הרבני הנגיד ר' נתן ווערנער ע"ה פון טאראנטא, און דערנאך ביים תנא רבי פנחס בן יאיר.


פון צפת איז מען ארויסגעפארן קיין טבריה, ווי דער רבי האט זיך משתטח געווען ביי די ציונים הק' פונעם הייליגן רמב"ם, של"ה הק', און ביי רבי מאיר בעל הנס, און ביים טאטן פונעם רמב"ם רבי מיימון.


דערנאך איז מען צוריק געפארן קיין ירושלים, ווי דער רבי איז ארויף צום הר הזיתים, און צוגעגאנגען צום ציון הק' פונעם אור החיים הק' און אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים.


פון דארט איז דער רבי ארויף צום חלקת שומר אמונים, און געזאגט פרקי תהלים ביים די ציונים הק' פונעם בעל שומר אמונים זצ"ל, און ביים תולדות אהרן רבין בעל דברי אמונה, און ביי זקינו הרה"צ רבי יודל'ע וויינגארטן זצ"ל, חותן המלך פון הרה''ק מטאהש זי"ע, אויך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פון הרבנית הצדיקת מ'תולדות אהרן ע''ה, אין אויפן וועג אראפ פונעם הר הזיתים איז דער רבי צוגעגאנגען צו די ציונים הק' פונעם הייליגן רש"ש און ביים בן איש חי.


נעכטן האט זיך די רבי באטייליגט ביים מעמד הקמת המציבה על קברה פון מרת פיליפסאן ע''ה אשת הרבני הנגיד ר' בנימין פיליפסאן עמוד התווך אין בריח התיכון פון מוסדות טאהש, מען האט געזאגט די סדר הקאפילטעך כנהוג אין דער רבי האט געזאגט קדיש דערנאך איז די רבי צוגעגאנגען צו עטליכע ציונים אויפן הר הזיתים.


שפעטער נאכמיטאג האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביים סעודת שלושים אין שטוב פון הנגיד ר' בנימין פיליפסאן אין ירושלים, עס האט זיך אויך באטייליגט הגה''צ המקובל רבי אביש ציינווירטה שליט''א

Comments


bottom of page