זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג
בילד קרדיט: שוקי לרר
קול בחצרות - יעצט אויפדערנאכט האט זיך מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א צוריק געקערט למעון קדשו אין קרית וויז'ניץ נאכן זיך אויפהאלטן די לעצטע צוויי וואכן אין נתניה אויף אפרוה אין ערהוילונג.
דער רבי וועט וויילן אין קרית מלך רב קרית וויז'ניץ אויף די ימי הפורים אין די שבת יארצייט פון אביו הרה''ק בעל ישועות משה זכר צדיק לברכה, אין פראווען הילולא כ' אדר ברוב עם הדרת מלך, דעם קומענדיגן דינסטיג צומארגנס פון די יארצייט וועט דער רבי ארויספארן קיין אתרא קדישא מירון ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואך למנוחת הנפש, שבת וועט די רבי פראווען סמוך ונראה צום ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחי אויף א שבת התוועדות אינאיינעם מיט די נדיבים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פארן אויפבוי פונעם ביהמ''ד הגדול 'צמח צדיק' ויז'ניץ אין אלעד.
אויף דעם יו''ט פורים איז געמאלדן געווארן איבער פארשידענע שינויים אין די סדרי וזמני היום בצל הקודש אין ליכט פונעם מצב הבריאות פונעם רבין שליט''א, אנדערש ווי ס'איז איינגעפירט וועט די רבי נישט אריינקומען צום טיש מארגן ליל פורים, דער משתה היין פורים נאכמיטאג וועט זיין קערצער ווי געווענדליך בלויז צוויי שעה, איידער די טיש וועט מען קענען דורכגיין ביים רבין מיט קוויטלעך אינעם היכל הטישים להיפקד בדבר ישועה ורחמים אין דעם גרויסן טאג.
בפקודת הקודש פונעם רבין שליט''א וועלן זיך אלע תלמידי הישיבות הקודשות צוזאמנעמען סיי פורים באנאכט נאך קריאת המגילה אין סיי פורים נאכמיטאג אינעם היכל הטישן ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט מוזיק כדי די בחורים זאלן קענען טאנצן אין זיך פרייען בשמחת היום אין זיך נישט דארפן דרייען אין די גאסן.
留言