top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא פון הגה"ק רבי לייבוש מצאנז זי"ע וועט געפראוועט ווערן אין שפאגל נייע הכנסת אורחים אין צאנז

זונטאג פ' ויקהל פקודי - י"ט אדר תשפ"ג


קול בחצרות - דעם קומענדיגן מאנטיג נאכט ליל כ"א אדר וועט אפרגעראכטן ווערן אין שטאט צאנז א יארצייט סעודה לרגל יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע אינאיינעם מיט די יארצייט פון הגה"ק רבי ארי' לייבוש מצאנז זי"ע וואס האט זיך אויסגעוועלט נסתלק ווערן אין דעם גרויסן טאג, אין שפיץ פון די אייניקלעך כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית צאנז.

דער סעודת הילולא וועט פארקומען בהיכל הבית מדרש אינעם בנין האדיר והמפואר די 'צאנזער הכנסת אורחים' שע"י חברת לינת הצדק דעיר הקודש צאנז וואס געפינט זיך סמוך ונראה צום אוהל הק' מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע, וצאצאיו הקדושים אחריו, אריינגערעכנט נכדו די בעל ההילולא. זינט דער ערעפענונג פונעם הערליכן בנין הכנסת אורחים איז דאס מקום כסדר אין באנוץ, ווירבלנדיג מיט שיירות, גרעסערע און קלענערע, אידן פון אַלע שיכטן און קרייזן וואס קומען פון סיי וואו איבער די וועלט פוקד צו זיין די אוהל הק' לבית צאנז און דערקוויקן זיך מיט אַלע געברויכן וואס ווערן הערליך און גאר באקוועם צוגעשטעלט אינעם צאנזער הכנסת אורחים, וואס קומט גאָר שטארק צוניץ פאר די אלע אידן וואס קומען פוקד זיין דעם ציון הק'. ביים סעודת הילולא דער וואך וועט אפגעצייכנט ווערן די הרחבת גבולי הקדושה אינעם שפאגל נייע אויפגעבויטע הכנסת אורחים, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל פון בארא פארק און ווערט אין די יעצטיגע תקופה פראכטפול איבערגעבויט לשם ולתפארת אויף אַ ספּעציעלע פאַרנעם מיט אַלע צרכי ציבור צו אַקאָמאַדירן בכבוד הראוי די פילע אידן ועלכע קומען צו פאָרן זיך מסתופף זיין און מתפּלל זיין ביי די ציונים הק', זייענדיג צוגעשטעלט גאָר ברייט און געשמאַק און געבט צו אַ שטאַרקע הרחבת הדעת בעפאָרן אַרויסגיין מתפּלל זיין על ציון קדשם. דער בנין אנטהאלט אין זיך א ריזן פראכטפולער היכל הביהמ"ד, א רחבות'דיגע מקוה טהרה דער צענטראלער קאך און גאר באקוועמע צימערן צום שלאפן. כ"ק האחים האדמורי"ם לבית צאנז שליט"א וועלן זיך ארויסלאזן מארגן זונטאג צום שטאט צאנז, אויף שבת האבן שוין געוויילט אין צאנז האדמורי"ם מצאנז-ווילאמסבורג און צאנז גריבוב, וועלכע האבן געפאוועט דעם שבת אינעם בנין נייעם הכנסת אורחים. עס איז ערווארטער אז א פילקעפיגער עולם וועלעכע קומען צו פארן קיין פולין פוקד זיין דעם ציון הק' אין ליזענסק בעצם יומא דהילולא, וועלן אנקומען קיין צאנז פוקד זיין די ציונים הק' אין צאנז און וועלן זיך באטייליגן ביים סעודת הילולא.










bottom of page