דאנערשטאג פ' כי תשא - ט"ז אדר תשפ"ג
קול בחצרות - ווי יאהר יערליך וועט כ''ק האד' מרחמיסטירווקא שליט''א דעם קומענדיגן וואך אפרייזן קיין ליזענסק פוילין לרגל די הילולא קדישא פונעם רבן של ישראל דער הייליגער ר''ר אלימלך זי''ע, די רבי שליט''א וועט זיך ארויסלאזן קומענדיגן מאנטיג כ''א אדר אין זיך אויפהאלטן אין די טעג ארום די הילולא באתרא קדישא ליזענסק סמוך ונראה צום ציון הק', לויטן יעצטיגן פלאן וועט די רבי מעגליך פארבלייבן אויף דעם קומענדיגן שבת פ' ויקהל פקודי אין ליזענסק אין פראווען דעם שבת אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים.
Comments