top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הרה''ח ר' ישראל דוב גולדהאבער ז"ל משב''ק הרה''ק רבי יוחנן מסטאלין זצ''ל

פרייטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ד אדר תשפ"ג

בילד קרעדיט בחדרי חרדים


קול בחצרות - ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער אין טרויער האבן חסידי קארלין סטאלין היינט באגלייט למנוחת עולמים הרה''ח המפואר ר' ישראל דוב גאלדהאבער ז"ל מזקני וחשובי חסידי קרלין סטולין אין גבעת זאב וועלכע האט נאך געהאט די זכיה צו דינען אלס משמש בקודש ביי הרה''ק רבי יוחנן מסטאלין זכר צדיק לברכה, וואס איז דער נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון 91 יאהר.


דער חשובער נפטר איז געבוירן געווארן אין מעריקא בשנת תרצ''ב צו זיין פאטער הרה''ח ר' אברהם גאלדהאבער ז''ל, ר' ישראל דוב איז געוועהן פון די יחידי סגולה צווישן די זקני חסידי קארלין סטאלין אין האט אין זיינע יונגע יאהרן זוכה געוועהן לעמוד ולשרת אלס גבאי נאמן ביי הרה''ק רבי יוחנן מסטאלין זכר צדיק לברכה ביזן טאג פון זיין הסתלקות, נאכן פטירה פון זיין גרויסן רבין האט ער זיך מדבק געוועהן צו נכדו ממלא מקומו יבלחט''א כ''ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט''א וועם ער האט אויך משמש געוועהן אין די בראשית יאהרן אין איז כל ימי חייו געבליבן אדוק  ומקושר צום רבין שליט''א.


ר' ישראל דוב איז געוועהן פון די אנגעזעהנער פערזענדליכקייטן ממעתיקי השמועה אין פון די וועלכע האבן איבערגעגעבן די מושגי החסידות אין מנחיל געוועהן די מסורת לבית קארלין סטאלין פארן קומענדיגער דור, ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך קינדער אין אייניקלעך זרע ברך השם.


די לוי' איז ארויס היינט ערב שבת פארמיטאג פונעם בית הלויות שמגר אין ירושלים אין דערנאך ביים ביהמ''ד הגדול קארלין סטאלין אין גבעת זאב, ווי כ''ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט''א האט מלווה געוועהן די מיטה אין שפיץ פון הונדערטער חסידים.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות

Comments


bottom of page