top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע מעמד חנוכת הבית פארן פראכטפולן בנין 'בית שרה' - בנין החדש פון בית חינוך לבנות בנות ירושלים

זונטאג פ' ויקרא - כ"ו אדר תשפ"ג



קול בחצרות - א גראנדיעזע מעמד חנוכת הבית איז אָפּגעראָכטן געוואָרן דער וואך פארן פראכטפולן בנין החדש 'בית שרה' פונעם בית חינוך לבנות 'בנות ירושלים' על טהרת הקודש אין עיה"ק ירושלים.

די ברייט בארימטע מוסדות בנות ירושלים על טהרת הקודש, איז אַ בית חינוך לבנות וועלכע איז נתייסד געוואָרן מיט צענדליגע יאהרן צוריק דורך הגה"ח ר' משה ערנאטהאל זצ"ל מנקיי הדעת שבירושלים און די הייליגע מוסד איז אַ מיוחדת במינה זייענדיג בשעתו פון די ערשטע מיידל שולע'ס על טהרת הקודש און איז אויסגעשטיגן אַלס אַ הערליכע אימפּעריע מיט טויזנטער תלמידות וועלכע ווערן נתחנך אויפ'ן אויסגעטראטענעם ריינעם דרך, זייענדיג היינט צוטאגס פון די שענסטע מוסדות על טהרת הקודש בקרתא דשופריא. עס איז געווען א מחזה הוד ווען גדולי ומאורי הדור, אדמו''רים רבנים וראשי ישיבות האבן זיך מטריח געווען צו קומען אנטייל נעמען אינעם געהויבענעם מעמד ובראשם דער געהויבענער גאסט הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אב"ד סיגוט וועלעכע איז ספעציעל געקומען צו פארן מעבר לים באשיינען די מעמד בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד איז פאָרגעקומען פאַרגאַנגענעם מיטוואך אין די "נווה ירושלים" זאַל אין די הר נוף געגענט אויף גאָר אַ רייכע עלעגאַנטע פאַרנעם, כראוי וכיאות פאר אַזאַ פייערליכע געשעהעניש, אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ח ר' שלמה אליעזר מייזלעס פון די חברי ההנהלה אין אמעריקא וועלכע האָט ווארעם באגריסט דעם ציבור הנאספים, דערנאך איז געהערט געווארן די דבר ההורים פון הגאון ר' יונה טורצי'ן שליט"א משגיח אין ישיבת חכמת התורה ור"מ בישיבת תולדות אברהם יצחק וועלכע האט במיטב לשונו ארויסגעברענגט דאס התרגשות פון די הורי התלמידות מיטן באנייען די נייע בנין המוסד לשם ולתפארת. דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברי ברכה פון כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, אין דאן האט די אורח הכבוד הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים אב"ד סיגוט אויפגעטרויטן מיט דברי ברכה בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. מיטן משא המעמד האט אויפגעטרויטן הגאון הגדול ר' יצחק זאב הלוי סאלאוויטשיק ראש ישיבת בריסק זון פון הגאון האדיר רבי משולם דוד סאלאוויטשיק זצ"ל וועלעכע איז געווען פון די נשיאי המוסדות, דערנאך איז פארגעליינט געווארן די מכתב קודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וואס די רבי שליט"א האט געשיקט צום מעמד, אויך איז פארגעליינט געווארן די בריוו פון הגאון הגדול ר' דוד שמידל יו"ר אתרא קדישא. דערנאך זענען געהערט געווארן די דרשות פון די חשובע נדיבים בני המשפחה וועלעכע האבן בייגעשטייט די בנין מפואר, הנגידים החשובים ר' יהודה, ר' יוסף און ר' יעקב יוחנן מענדלאוויטש, און הנגיד ר' מעכל הערמאן. מיט טרערן פון התרגשות האט אויפגעטרויטן די מנהל בית חינוך לבנות הרה"ח ר' יהודה ערנטאהל אַרויסברענגענדיג מיט גרויס שמחה און התרגשות רגשי לבבו ביים דעם געוואַלדיגע מעמד, מיט דברי שבח והודאה על אשר היגיענו עד הלום. דאן האט הרבני הנגיד ר' משה אהרן גוטמאן פון די חברי ההנהלה אין אמעריקא געשאנקען פארן געטרייע מנהל א מתנה א כוס ישועות וואס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט געשיקט צום מעמד, און די מנהל המוסד האט געזאגט די ברכה פון שהחיינו אויף די נייע בעכער און דעם בנין נהדר. מיט אַ התרגשות'דיגע שמחה של מצוה האָט מען זיך אַרויסגעלאָזט אין פייערליכע טענץ לכבוד די פריידיגע מאָמענט, ווען עס איז געזינגען געוואָרן גאָר פּאַסיגע פייערליכע נגינה לכבוד המאורע, ביי וועלכן דער גאַנצער ציבור האָט זיך מיטגעפריידט ביום שמחת לבו פונעם חשובן מנהל המוסד. צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וועלעכע האבן זיך באטייליגט ביים מעמד האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק - תולדות אהרן - משכנות הרועים - בוהוש - קהל חסידי ירושלים - סקולען ירושלים, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א - הרה"צ המשפיע ר' צבי מאיר זילבערבערג - הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן חבר הבד"ץ - הגאון רבי יהודה פישר חבר הבד"ץ - הגאון רבי שמעון יצחק שלזינגר שליט"א חבר הבד"ץ - הגאון הגדול ר' יהושע דוד טורצ'ין שליט"א מנהיג קהילת הפרושים - הגה"צ ר' גמליאל רבינוביץ שליט"א - הגה"צ ר' משה קרמר שליט"א ממנהיגי ברסלב - הגאון הגדול ר' נתנאל פרץ מאירזאהן ראש ישיבת חכמת התורה ורב ביהמ"ד בריסק - הגאון הגדול ר' יצחק זאב סולובייצ'יק שליט"א - הגאון הגדול ר' מאיר הלר שליט"א - הגאון הגדול ר' משה פאלאק דומ''ץ סאטמאר ירושלים און נאך פיל.








Comments


bottom of page