top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית וויז'ניץ צהלה ושמחה • לעגענדארע הויז בחור אין וויז'ניץ א חתן בשטומ"צ

מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג


קול בחצרות - מיט אומבאגרעניצטע פרייד האבן חסידי וויז'ניץ איבער די וועלט אויפגענימען די פריידיגע נייעס איבער די שידוך שליסן פון החתן יוסף שמעון שעכטער ני''ו משמש בקודש אין הויז בחור לפני ולפנים ביי מרן האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א.


דער חתן - א באקאנטע פיגור אין וויז'ניץ שטייט שוין צו די רעכטע האנט פונעם וויזניצער רבין באלד 15 יאהר נאך פון די תקופה דינענדיג נאך אלס אב''ד קרית וויז'ניץ ולא זזה ידו מתוך ידו במשך די אלע יאהרן זייענדיג א געטריי משמש דעם רבין 24 שעה אין טאג, ארויסהעלפנדיג מיט די שטוב ווירטשאפט סיי אידנערהיים אין ביי די תפילות טישן מידי יום ביומו אין ארץ ישראל אין פארנדיג ארום די וועלט מיטן רבין.


דער חתן איז אויך פון די עורכים פונעם פאפולערע גליון 'פונעם רבינס הויף' וועלכע ערשיינט וועכענטליך אין אנטהאלט די תורות אין שמועסן פונעם וויזניצער רבין שליט''א.


היינטיגן מאנטיג ער איז בשעה טובה ומוצלחת א חתן געווארן עב''ג הכלה למשפ' גרין פון בני ברק מחשובי חסידי דאראג אין בני ברק.







bottom of page