top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי מונקאטש גרייטן זיך מיטצוהאלטן "מסע קודש לעיר מונקאטש" מיט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א

זונטאג פ' צו - ד' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - מונקאטשער חסידים פון ניו יארק און איבער דער גארער וועלט, האבן מיט גרויס פרייד אויפגענומען די בשורה טובה ומשמחת, אז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועט בעה"י אין די נאנטע וואכן אונטערנעמען א מסע קודש צו די שטאט מונקאטש, מקום משכן אבותיו הקדושים מדור דור, אינעם היינטיגען אוקריינא, אין באגלייטונג פון עדת צאן מרעיתו וועלכע לעכצן מיטהאלטן אזא מאורע נשגבה ונעלה.


די נסיעה איז פארבינדן מיט די שמחה בבית צדיקים, ווען עס וועט בעה"י אריינגיין לעול התורה והמצוות דער יונגסטער אייניקל פון רבי'ן שליט"א, בן לבנו הגה"צ רבי ירוחם פישל ראבינאוויטש ראש ישיבת יודעי בינה מונקאטש, און דער רבי שליט"א אנטוהן דח הייליגע תפילין על נכדו בקודש פנימה, אינעם דאווין-שטוב פון זיינע אבות - אדמור"י בית מונקאטש זי"ע, אין שטאט מונקאטש.



לויטן פלאן, ווי עס איז געמאלדן געווארן פארגאנגענע וואך, וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג מאנטאג תז"מ אויפדערנאכט.


דינסטאג נאכט, וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר די סעודת מצוה לכבוד די שמחת בר מצוה פונעם רבי'נס אייניקל, אין מיטוואך אינדערפרי וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג צום עיר האבות מונקאטש. כאטש וואס אין לאנד איז ווי באקאנט א שעת מלחמה, איז אבער אט דער קארפאטישער ראיאן ביים עק פון אוקריינא הארט נעבן אונגארן, גענצליך רואיג און שטול במשך די גאנצע צייט, ועולם כמנהגו נוהג, אזוי ווי פריער, ברוב סייעתא דשמיא.


מען וועט אפרעכטן א געהויבענעם טאג אין דער אלטער היים אין שטאט מונקאטש, בצלא דמהימנותא קדישא פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א במקום משכן הצדיקים הקדושים לבית מונקאטש זי"ע דור אחר דור.


מען וועט דאווענען תפלת שחרית, אויף דעם זעלבן באדן און אדמת הקודש ווי די הייליגע צדיקים לבית מונקאטש זי"ע האבן אפגעראכטן זייער הייליגע עבודה אין שפעטער אין טאג וועט מען עולה זיין צום אהל אין מונקאטש, מקום מנוחת קדשם פון די שלשלת הרועים, בעל שם שלמה, בעל דרכי תשובה ובעל מנחת אלעזר זי"ע.


דאס ארויפגיין צום ציון וועט דאס מאל א באזונדערע באדייט, ווען עס וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס א ציבור חסידים בראשות דעם רבי'ן שליט"א וועלן קומען מתפלל זיין על קברי אבות, שטייענדיג אין דעם נייעם גרויסן אהל וואס איז לעצטענס אויפגעשטעלט געווארן, וואס וועט בעה"י ברענגען מער הרחבת הדעת ביים זיך אויסגיסן דאס הארץ ביי די קברי הצדיקים הקדושים זי"ע.


פארנאכטס וועט מען אריבערשפרייזן דעם גרעניץ צוריק קיין אונגארן, אין צומארגנס וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג אהיים אנגעפילט מיט השפעות וכל טוב בזכות הקדושים אשר בארץ המה.

Comments


bottom of page