top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיכון סאטמאר בני ברק • שמחת התנאים לרגל קישור החיתון בבית סאטמאר - וויז'ניץ - דעעש

מאנטאג פ' צו - ה' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - א הערליכע שמחה איז געפראוועט געווארן דער נאכט אין שיכון סאטמאר בני ברק, ביים שמחת התנאים פון החתן בן זקונים פון הגה''צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט''א מיט די כלה בת הרה''ג רבי מענדל פאנעט, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ''ד הגדול יואל משה אין שפיץ פון די גרויסע זיידעס פון ביידע צדדים מרן אדמו"ר מויז'ניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א.


מיטן קריאת התנאים איז מכובד געווארן הגה"צ ר' יהושע ראזנבערגער שליט"א חבר בי דינא רבא דירושלים עיר הקודש וואס האט מפאר געוועהן די שמחה. עדי התנאים זענען מכובד געווארן הרב הגאון רבי חיים משה לעווי מראשי ישיבת טשערנאביל און הרב החסיד ר' חיים טוביה ראזמאן שליט"א מנכבדי ק''ק סאטמאר בני ברק ומחשובי חסידי דעעש.


די זיידע כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א האט אויפגעטרויטן מיט הארציגע ווערטער דערמאנענדיג די גאר נאנטע קשר צום זיידן פון חתן כ"ק הגה"צ גאב''ד סאטמאר בארא פארק שליט"א מיט וועם ער איז אינאיינעם אופגעוואקסן ווי א ברודער און יעצט איז מען זוכה זיך משדך צו זיין ביי דעם גרויסן שמחה.


דאן האט דער מחותן הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק אויפגעטרעטן אין מעורר געוועהן זכות אבותיו הקדושים, אין ארומגערעט איבער די גרויס חביבות וואס האט געהערטשט צווישן דעם זיידן הרה''ק בעל ברך משה צו הרה''ק רבי משה מרדכי מלעלוב די זיידע ביי דער שמחה, אין די הערצה פוונעם לעלוב'ער רבין צו הרה''ק מסאטמאר זי"ע און יעצט איז מען זיך משדך די ערשטע מאל מיט לעלוב, בסוף דבריו האט די ראש ישיבה ארויס געברענגט א שבח והודאה אז די גרויסע זיידע מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז בחסדי שמים צוריקגעקומען צו די כוחות מיט גרויסע נסים, און אונז אלע האבן די זכיה אז ער איז מפאר בראש השמחה.


עס האבן באשיינט די שמחה פילע אדמור''ים ורבנים, צווישן זיי האדמו''רים מנדבורנה ביתר - שמורי אמונים - לעלוב בראנוביץ - קארלין לעלוב - ספינקא סוליצא - אלעסק ארה''ק, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק, הרה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן, הגה"צ ר' יעקב ישראל מייזליש אבדק"ק קרית באבוב בת – ים, הגה"צ אב"ד וויזניץ אשדוד, הגה"צ אב"ד ויזניץ אלעד קינדער פונעם וויזניצער רבין, אב"ד סעקלהיד, הגאון ר' משה שמעון גובנער ראש כולל קנין תורה, אבדק"ק טאמשאוו בני ברק, הרה"צ ר' יואל איתמר קרויז בן הגה"צ אבדק"ק אודווארי שליט"א, אין נאך.










































bottom of page