מאנטאג פ' צו - ה' ניסן תשפ"ג
קול בחצרות - אין די יעצטיגע טעג גרייט זיך די הנהלת הקהילה פון קהל מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער, אויפצונעמען דעם נייעם רב הגה"צ ר' מאיר חיים געשטעטנער שליט"א, וועלכער וועט זיך אריבערציען קיין מאנטשעסטער גלייך נאך יום טוב, לשרת בקודש אלס רב פונעם צענטראלן המדרש מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער.
דער רב שליט"א איז א זון פון הגה"צ ר' עמרם געשטעטנער שליט"א גאב"ד קרית אגודת ישראל אין בני ברק, און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א. א שטיק צייט האט דער רב משמש געווען ברבנות אין די חרדישע קהילה קהל עדת יראים אין שטאט בודאפעסט, און אין די לעצטע תקופה איז דער רב געווארן אויפגענומען אלס רב ואב"ד אינעם בית המדרש מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער, וואו דער מרא דאתרא הגה"צ ר' מנחם מענדיל שנעעבאלג זצ"ל גאב"ד מאנטשעסטער האט משמש געווען ברבנות פאר לאנגע יארן.
לכבוד די יום טוב פסח האט דער רב שליט"א אפגעשריבן א מכתב קודש פאר די חברי הקהילה, וואו ער ברענגט ארויס זיינע ווארעמע וואונטשן פאר יעדן איינעם לקראת די יום טוב פסח, און דערביי טוט דער רב מודיע זיין אז תיכף נאך יום טוב וועט ער אין א מזל'דיגע שעה קומען צו פארן קיין מאנטשעסטער, און משפיע זיין פונדערנאנט פאר די חברי הקהילה.
コメント