top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ קייאמישע וועט אונטערנעמען נסיעה קיין מאנטריאל לטובת מוסדותיו

מאנטאג פ' צו - ה' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - אין די יעצטיגע ערבי פסחים איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט''א וועט תיכף נאך יום טוב פסח אונטערנעמען א נסיעה קיין מאנטריאל, וואו דער רבי וועט פראווענען א געהויבענע שבת לטובת די מוסדות הקדושים המתנוססים לתפארה אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק.


ווי באקאנט איז דא א ספעציעלע נאנטשאפט צווישן דעם רבי'ן און די וויזניצע קהילה אין מאנטריאל, וואו דער רבי האט משמש געווען ברבנות מיט יארן צוריק, די עלטערע בני הקהילה האלטן אן א שטארקע קשר מיטן רבי'ן, און יעדע פאר יאר קומט דער רבי קיין מאנטריאל פראווענען א שבת.


דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת תזריע מצורע ראש חודש אייר, וועט דער רבי שליט"א פראווענען אין שטאט מאנטריאל, די תפילות און טישן וועלן פארקומען אין ביהמ"ד הגדול אהבת ישראל וויזניץ, אינאיינעם מיטן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט''א.


דורכאויס די וואך וועט פארקומען א רייע מסיבות און באנקעטן בבתי נדיבים בעם לטובת די מוסדות אין גיבער'ס, און אויף שבת איז ערווארטעט א גרויסע ציבור חסידים פון ניו יארק וואס וועלן קומען מיטהאלטן די געהויבענע שבת בצל הקודש.

Commenti


bottom of page