דינסטאג פ' צו - ו' ניסן תשפ"ג
קול בחצרות - צוליב פארשידענע סיבות איז נעכטן געווארן אפגערופן דער גרויסארטיגע כינוס פאר די צענדליגע טונזטער בחורי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל, וואס האט געזאלט פארקומען דעם דאנערשטאג בראשות גדולי ישראל, און דער כינוס וועט נישט פארקומען אין די יעצטיגע טעג ווי געפלאנט.
ווי באריכטעט דא אויף קול בחצרות איז געמאלדן געווארן איבער א מאסיווע כינוס פאר אלע בחורי הישיבות פון ארץ הקודש, על פי קריאת הקודש פונעם זקן ראשי הישיבות מרן הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין שליט"א, מיטן ציל צו מחזק זיין די חשובע בחורים די לומדי תורה.
נאך די שרעקליכע קאנסעקווענצן אין די לעצטערע טעג ווען די גאנצע לאנד פארט אויף רעדער, מיט פראטעסטן און א רייע סטרייקס וואס האט טיילווייז פאראליזירט דאס לאנד, האבן די עסקנים זיך דערזעהן אין א גרויסע פראבלעם, נישט זעענדיג קיין מעגליכקייט אהערצושטעלן אזא גרויסע כינוס מיט אלע באדערפענישן אריינגערעכנט טראנספארטאציע וכדומה.
אן קיין צוויי ברירות האט מען אויף דערווייל אפגערופן דעם כינוס, און די אלע בחורים וועלן צוריק באקומען דאס געלט וואס זיי האבן שוין איינגעצאלט זיך איינצוהאנדלען קארטלעך, מיט די האפענונג אז אין די נאנטע צוקונפט וועט מען קענען פריש אראנדזשירן דעם היסטארישן כינוס לשם שמים.
Comments