top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט | חידושים אין שינויים דעם ל''ג בעומר בחצר הקודש צאנז

זונטאג פ' אחרי קדשים - ב' אייר תשפ"ג


פון חצר הקודש צאנז איז געמאלדן געווארן אז דאס יאהר וועט כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א אנצינדן די הדלקה אינעווייניג אינעם ביהמ''ד הגדול 'היכל רוזנברג' אין קרית צאנז נתניה, וואס איז פיל גרעסער אין שטח ווי דער חצר ווי עס פלעג פארקומען די מעמדי ההדלקה ביז היינט און איז מער פראקטיש צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור פון טויזנטער חסידים וועלכע קומען מיטהאלטן דעם הדלקה.


נאכן מעמד ההדלקה וועלן פארקומען די חלאקה'ס אין תיכף דערנאך וועט די רבי פראווען דעם שוה''ט לכבוד ההילולא אינעם היכל אויפן זעלבדן אויסשטעל אין סדר פונעם הדלקה.


אין אנדערע נייעס בחצר הקודש צאנז וועט דעם רבינס זוהן הגה''צ רבי אברהם האלברשטאם אב''ד קרית צאנז טבריה דאס יאהר צום ערשטן מאל פראווען א הדלקה מוצאי ל''ג בעומר אין אתרא קדישא מירון, ביים נייעם מתחם ההדלקות במעמד קהל רב, חסידי צאנז פון אלע שטעט אין צפון ארץ ישראל, וואס רעכנט אריין טבריה, צפת, חיפה אין די אומגעגענט.

Comments


bottom of page