top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ מאנסי וועט אפפליען אויף בליץ באזוך קיין מאנטשעסטער לרגל שמחת הברית פון אן אייניקל

זונטאג פ' אחרי קדשים - ב' אייר תשפ"ג


כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ מאנסי שליט''א וועט דער וואך אפרייזן אויף א בליץ באזוך קיין מאנטשעסטער ענגלאנד לרגל די שמחת הברית פון אן איר אייניקל בן הנולד לנכדו הרב אלעזר האגער איידעם ביי הרה''צ רבי חיים מאיר ארנסטר אב"ד ויזניץ מאנטשעסטער, לויטן פלאן וועט די רבי ארויספארן דעם מיטוואך אויפן וועג קיין חלדודנא ענגלאנד ווי די רבי וועט וויילן איבער שבת אויף אפרוה.


מוצאי שבת וועט די רבי אריינפארן צום דערלעבנדיגער שטאט מאנטשעסטער צום שמחת הוואך נאכט אין דער ברית, צופרי תיכף נאכן ברית סעודה וועט זיך די רבי אומקערן קיין ניו יארק צו באשיינען די יערליכע דיננער לטובת די מוסדות וואס קומט פאר זינטיג נאכט אין בארא פארק, די נאכפאלגענדע דינסטיג וועט דער רבי שליט''א אפפליען קיין טאראנטא אויף א באזוך לטובת די מוסדות.

bottom of page