מאנטאג שבוע שחל בו פסח - י"ב ניסן תשפ"ג
אן ערהאבן מעמד אפיית מצות איז נעכטן פארגעקומען אין שפיץ פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ווען די רבי שליט"א איז פערזענליך אראפגעקומען באקן מצות אינאיינעם מיט די נדיבים בעם נגידי ותומכי קמחא דפסחא פונעם רבינס שטוב, וועלכע האבן געהאט די זכיה צו באקן מצות אינעם רבינס חבורה.
די מעמד איז פארגעקומען אין היכל הטישן אין קרית וויזניץ אין בני ברק, ווען די חשובע נדבנים האבן זוכה געווען צו אנטפאנגען דעם רבין שליט"א במלוא הדרו, די וויזניצע קאפעליע האבן מהנה געווען בשירה וזמרה לכבוד די גרויסע מצווה, מען האט געזינגען פילע ניגוני הכנה און א מורא'דיגע התעוררות האט געהערשט ביים גאנצן ציבור, אין די צייט וואס די רבי שליט"א איז געזעסן על מקום קדשו איינגעהילט אין א מורא'דיגע דביקות דורכאויס די גאנצע צייט.
דאן האט די רבי שליט"א אריינגעגאסן די מעהל און די וואסער, אין זיך צוגעקוקט פונדערנאנט אויף די ארבעטורער בסדר המצות, און דערנאך צוגעגאנגען נעבן די אויבן און זיך צוגעקוקט פאר לענגערע מינוטין.
ביים ענדיגן די סדר האפייה איז מען אריבער צום צווייטן חלק פונעם היכל הטישן ווי עס איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד געאייגענט פאר די נדיבים בעם, צום ערשט האט אויפגעטרויטן די משמש בקודש הרה"ח ר' הערשל הכהן כץ יו"ר מפעל החסד הגדול קמחא דפסחא וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פעולות לטובה וואס די מפעל קמחא דפסחא טוהט אויף פאר פילע נויטבאדערפיגע משפחות אלס אדאנק די ברייטהארציגע שטיצע פאר דעם המשכת החסד דורך די חשובע נדיבים בעם און חסידי וויזניץ אחים לדעה די בכל אתר ואתר וועלכע רופן זיך אן ברוח נדיבה לטובת דעם הייליגן מפעל.
דאן האט ער אויפגערופן הרה"צ המשפיע רבי אהרן טויסיג שליט"א וועלעכע האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה ארויסברענגדיג די געוואלדיגע זכיה פון די חשובע נדיבים צו שטיצן דעם מפעל הכביר.
די רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים און משמיע געווען מדברות קדשו איבער די גרויסקייט פון שטיצן קמחא דפסחא, דערנאך האט מען צוגעברענגט די מצות וואס מהאט נארוואס געבאקן און די רבי האט מפריש געווען חלה בשם ומלכות, צום שלוס זענען די נדיבים בעם אריבער אל מול פני הקודש און איבערגעגעבן פארן רבין די סכומים לטובת די קמחא דפסחא און די רבי האט דערביי געשאנקען פאר די נדיבים א מתנת קודש א פלייש וויין און דריי מצות פארן ליל הסדר, און די רבי האט יעדן אנגעוואונטשן במאור פנים.
Comments