מטעם בד"ץ עדה החרדית איז פאררופן געווארן אן אלט-וועלטליכע 'יום תפלה' אויף דעם קומענדיגן דארנעשטאג ער"ח אייר - אני ה' רופאיך, גענוי ווי עס איז פארגעקומען פארלאפענעם ער"ח ניסן העלל"ט. ווי כלל ישראל וועט מעורר זיין רחמי שמים לעצור בעד המשחית אין די יעצטיגע קריטישע מצב און יעדע ראש המשפחה זאל געבן ח"י דאללער פדיון נפש. אינעם 'יום תפלה העולמי' וועלן אנטייל נעמען גאנץ כלל ישראל פון איבער די גאנצע וועלט אנשים נשים וטף, יעדער ביי זיך אין שטוב אין די זעלבע צייט: עלף דרייסיג אין ניו יורק, זעקס דרייסיג אין ארה"ק און אזוי אין אלע לענדער איבער די וועלט לויט זייער זייגער. מ'וועט אנהייבן מיט פרקי תהילים כ, קכא, מ, מא, קח, קמב, ויהיה נועם, סדר הקטורת, רבון העולמים, סדר אבינו מלכינו. 12 אזייגער וועט גאנץ כלל ישראל זיך צוזאמען מקבל זיין קבלת עול מלכות שמים.
top of page
bottom of page
Comments