דאנערשטאג פ' צו - ח' ניסן תשפ"ג
קול בחצרות - מטעם קהל שערי ציון ד'באבוב איז געמאלדען געווארן אז היי יאר פסח וועט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אפרעכטן די געהויבענע סדריםאון די סוכה הגדולה אין חצר פון בית מדרש הגדול באבוב אין בארא פארק, דאס קומט נאך וואס די צאל בחורים המסתופפים בצל הקודש וואס קומען מיטהאלטן די ליל הסדר בצלו פונעם רב האט זיך די לעצטערע יאהרן פארמערט און צוגאב צו פילע בחורים וואס קומען צו פארן פון אויסער די שטאט ומעבר לים צו וויילן אויף יו"ט בצל הקודש.
פאריאר האט די באבוב'ער רב צום ערשטן מאל אפגעראכטן ביידע נעכט פסח די סדרים ברוב עם בהשתתפות פון הונדרעטער בחורים, אין. היי יאר האבן די עסקנים מחליט געווען אז פאר די באקוועמליכקייט פון די בחורים איז די בעסטע אפציע צו פראווען די סדרים אינעם גרויסן סוכה צו קענען אהערשטעלן די סדרים אויפ'ן בעסטן און שענסטן אופן אלס זאל זיין גרייט נאך בעפאר יו"ט על צד היותר טוב און צו קענען ערמעגליכן די מאקסימום פלאץ פאר די הונדערטער משתתפים צו קענען מיטהאלטן די עבודת הקודש און די הייליגע נאכט.
די עסקנים האבן זיך אין די טעג אריינגעלייגט צו אהערשטעלן די סוכה מיט ווענט און א דאך עס זאל זיין גענצליך פארמאכט פון אלע זייטן, אין אזוי ארום וועט די נייע שטוב האבן די מעגליכקייט צו דינען אלס א היכל השולחנות פאר פארשידענע מאורעות און טישן דורכאויס די יאר אין וועט צוברענגען מער הרחבת הדעת פאר די מסתופפים בצל הקודש, און ווי געזאגט ארבעטן אצינד די אינזשענירן און עושי המלאכה צו פארענדיגן דעם טיש שטוב לתפארת בית ד'.
היינט אינדערפרי איז די באבוב'ער רב ערשינען אין די סוכה הגדולה און זיך צוגעקוקט צו די בוי ארבעט אויפ'ן ארט.
Comments