top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת הברית לנכד האד' מטאהש שליט''א אין מאנסי

דינסטאג פ' צו - ו' ניסן תשפ"ג

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר די וואך



קול בחצרות - פארגאנגענעם וואך איז כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק לרגל די שמחת הברית מילה פון אן אייניקל, בן הנולד לבנו הרה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל. ליל שישי איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי, אין זיך משתתף געווען ביים שמחת הוואכנאכט, וואס איז פארגעקומען אין שטוב פונעם אבי הבן.


חסידי טאהש אין מאנסי האבן דערביי געהאט די געלעגנהייט לברך ולהתברך בשעת די שמחה.


דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט די מעשיות וואס איז מסוגל צו פארציילן ביים וואכנאכט, און דער רבי האט פארגעליינט קריאת שמע מיט די פסוקים כנהוג.


צומארגנס ערב שבת האט די רבי געדאווענט תפילת שחרית כותיקין אין טאהש'ער ביהמ''ד אין מאנסי, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ברכות וקריאת השם. צווישן די אנדערע כיבודים זענען מכובד געווארן: הגה''צ אב"ד נאפקער, הרה"צ ר' יעקב ארי' לאבין מ'זידיטשוב, אב"ד קלוזש אין נאך.


נאכן ברית האט דער רבי געבענטשט דאס קינד, און דער עולם איז אריבער געבן מזל טוב, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים לכבוד די שמחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געזאגט דברי תורה.


תיכף נאכן ברית האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה אין שטוב פון בנו דער אבי הבן הרה"צ רבי חיים סג"ל, אין נאכן סעודה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים למעון קדשו קיין קרית טאהש, וואו דער רבי איז אנגעקומען ערב שבת נאכמיטאג.



















Comments


bottom of page