דאנערשטאג פ' צו - ח' ניסן תשפ"ג
קול בחצרות - א חשובע דעלעגאציע פון רבני ודייני בעלזא אין בני ברק האבן היינט נאכמיטאג פוקד געוועהן דער ציון הק' פון הרה''ק בעל 'אמרי חיים' מוויז'ניץ זצ''ל, לרגל די יארצייט וואס געפאלט אויס היינט אויפדערנאכט, ווי מען האט מתפלל געוועהן לבריאות השלימות וחיזוק כוחותיו פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א נכד בעל ההילולא צו וועם דער רב איז געוועהן אדוק ומקושר בעבותות אהבה, אלס שליח ציבור האט געדינט הגה''צ רבי יעקב גרינוואלד חבר בד''ץ מחזיקי הדת וואס האט פארגעזאגט די פרקי תהילים אין סדר תמניא אפיה.
Komentarai