top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ל''ג בעומר • האד' מוויז'ניץ וועט דאס יאהר אנצינדן די הדלקה אין שטאט אלעד

מיטוואך פ' תזריע מצורע - כ"ח ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


פון חצר הקודש וויז'ניץ איז געמאלדן געווארן אז אין ליכט פון די אנגייענדיגע בוי ארבעט ביים מרכז העולמי ישועות משה וויז'ניץ אין בני ברק וועט דער רבי שליט''א דאס יאהר פראווען די מעמד ההדלקה בליל ל''ג בעומר אין דער שטאט אלעד.


יאהר יערליך פלעג די רבי פראווען די הדלקה אויפן גרויסן באדן פארנט פונעם ביהמ''ד הגדול, אצינד ווען מען האט צונומען דעם גאנצן ביהמ''ד אין דער שטח ארום איז נישט מעגליך דארט אפצורעכטן דער הדלקה, דעריבער האט די רבי שליט''א איינגעשטימט אין נעתר געוועהן לבקשתם פון די חסידים אין אלעד צו קומען פראווען די מעמד ההדלקה לכבוד התנא האלוקי בתוככי הקהילה, אויף א ריזן שטח הארט לעבן די בניני המוסדות מיט געניג פלאץ צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער חסידים וועלכע וועלן קומען צו פארן מיטהאלטן דעם מעמד.

bottom of page