top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכער מעמד "הכנסת ספר תורה" געשריבן לזכותו פון האד' מרחמיסטריווקא באשטימט אויף ער"ח תמוז

דאנערשטאג פ' תזריע מצורע - כ"ט ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


מיט גרויס שמחה אין עקסטאז האבן חסידי רחמיסטריווקא ערהאלטן די בשורה טובה ומשמחת אז עס איז בשעה טובה ומצלחת באשטימט געווארן דעם טאג ווען עס וועט געפייערט ווערן די זעלטענעם היסטארישן מעמד גדול ונהדר ״חגיגת הכנסת ספר תורה״ אויפן הייליגן ספר תורה וואס ווערט געשריבן לכבודו ולזכותו פונעם זקן צדיקי הדור כ''ק האדמו''ר מרחמיסטירווקא שליט''א דורך עדת צאן מרעיתו הונדערטער חסידים זקנים עם נערים מכל מקומות מושבותיהם מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע.


בקול רנה ותודה המון חוגג וועט בעז''ה פארקומען די שמחה לגומרה של תורה אין גענוי צוויי חדשים ארום ביום המסוגל ערב ראש חודש תמוז זינטיג פ' קרח בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, ומלכם בראשם דער רבי שליט''א וועלכע וועט מפאר זיין בראש השמחה ביום שמחת ליבו.


דער היסטארישער ספר תורה ווערט געשריבן אין ראם פונעם מגבית 'וכתבתם' ווי די חסידים האבן זיך אנגעשלאסן אלס שותפים אינעם רבינס ספר תורה בנדבת לבם פון א מינימאלער סכום פון טויזנט דאללער פאר א ווארט אינעם ספר תורה אין צוגאב צו די זכותים פון פרשיות אין פסוקים וואס ווערן פארקויפט פאר סכומים אדירים.


מיט צוויי יאהר צוריק איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם רבין שליט''א אן ענגע מסיבה פאר נדיבים בעם קרואי מועד וועלכע האבן אינאיינעם אפגעקויפט דעם זכות כתר תורה לזכותו פונעם רבין שליט''א ווען יעדער פון די נדיבים האבן גענימען א חלק אין דעם געוואלדיגן זכות מיטן סכום פון 50 טויזנט דאללער אין העכער.


דערמיט טוען די הונדערטער שותפים נעמען א באדייטנדע חלק אינעם קרוב צו 10 מיליאן דאללער'דיגע פראיעקט אפצוקויפן די גרויסע שטח אין אויפצובויען דעם בנין הישיבה גדולה המתנוסס לשם ולתפארת אין שטאט סטעטן איילענד.


דער ספר תורה זעלבסט האט די רבי שליט''א אנגעהויבן שרייבן ביים היסטארישן מעמד התחלת כתיבת ספר תורה ראש חודש סיון שנת תשפ''א אינעם ביהמ''ד הגדול, אין אצינד ווערט שוין דער ספר תורה פארענדיגט מיט אלע הידורים, אין חסידי רחמיסטריווקא גרייטן זיך שוין להיות עתידים להיום הזה אין קוקן ארויס צו דעם גרויסן טאג ערב ראש חודש תמוז הבעל''ט מיט א תפילה צום נותן התורה עס זאל מקוים ווערן וואס די תורה הקדושה זאגט ביי די מצוה כתיבת ספר תורה ''והיה כשבתו על כסא ממלכתו וכתב לו את משנה התורה הזאת''.




Comentarios


bottom of page