top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יציקת הבורות פאר מקוה טהרה אין ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא וועט געפייערט ווערן ביום ל"ג בעומר

פרייטאג פ' תזריע מצורע - י' ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין


חסידי סקווירא האבן אויפגענומען מיט עקסטאז און פרייד די בשורה משמחת, אז דעם קומענדיגן יום טוב ל"ג בעומר הבעל"ט וועט בסייעתא דשמיא געפייערט ווערן בקול רנה ותודה והמון חוגג, די מעמד יציקת הבורות פאר די נייע פראכטפולע מקוה טהרה, וואס ווערט געבויעט בבנין בית המדרש הגדול והחדש דקהל צמח דוד אין שיכון סקווירא.


נעכטן ליל שישי אויפדערנאכט איז פאררופן געווארן א גרויסע אסיפה בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס די רבי שליט''א האט פערזענדליך גערופן ווי ס'זענען געלאדענט געווארן אלע ראשי החבורות דחסידי סקווירא, און אזוי אויך אלע גבאים פון די קהלות הקדושות דחסידי סקווירא ברחבי ניו יארק וניו דזשערסי.


די אסיפה האט געדינט אלס מעמד פתיחת המגבית פארן גרויסארטיגען קאמפיין לטובת די נייע מקוה וואס וועט לויפן אין די קומענדיגע וואכן. ווי באקאנט האט מען אין די לעצטערע וואכן אנגעהויבן העפטיגע בוי ארבעט ביי די מקוה טהרה, נאך וואס דער סקווירא רבי האט אויסגעדריקט רצון קדשו אז די מקוה זאל שוין זיין גרייט אויף די קומענדיגע ירח האיתנים הבא עלינו לטובה. און אלפי חסידי סקווירא טוען אין די יעצטיגע טעג אפקויפן זכותים און שליסן זיך אן מיט גרויסע סכומים לטובת די נייע מקוה, און האבן א טייל למען טהרתן וקדושתן של ישראל.


ביים מעמד האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, צוערשט האט די רבי ארומגערעדט בגודל מעלות וקדושת המקוה במשנתו פון די בעלי הילולא הרה"ק רבי חיים וויטאל זי"ע און הגה"ק רבי יעקב עמדין זי"ע.


דערנאך האט די רבי מרחיב געווען בדיבור איבער די וויכטיגקייט פון די נייע מקוה, ארומרעדענדיג מיט ווייטאג איבער די געוואלדיגע עגמות נפש'ן וואס די אלע וואס גיין אין די יעצטיגע מקוה גיין אדורך און בפרט אין די ימים טובים און יומי דפגרא ווען טויזענטע חסידי סקווירא פון איבער די גאנצע וועלט וויילן אין שיכון סקווירא, איז די מצב הדחק אין די מקוה למעלה מן המשוער. די רבי האט אויסגעפירט מיט א ווארימע ברכות הקודש פאר די אלע וואס וועלן זיך משתתף זיין אין דעם געוואלדיגע מצוה רבה פון אויפבויען די נייע מקוה וואס מ'האפט אי"ה אז ס'זאל שוין זיין גרייט צום באנוץ די קומענדיגע ירח האיתנים הבא עלינו לטובה.


דערנאך האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' אפרים גרינבוים שליט"א מראשי העסקנים למען הקמת המקוה החדש, און ער האט ארומגערעדט פאר די ראשי הבחורות און גבאי השטיבלעך אבער זייער תקפיד צו זיין בקשר און צוקומען צו אלע חסידי סקווירא צו איבערגעבן די פרטים פון די קאמפיין פארן היימישן עולם צו זיין שותפים אין די מקוה מיטן רעקאמענדירטע סכום פון פינעף טויזענט דאללער.


דערנאך האט ער געבראכן די דראמאטישע נייעס אז דעם קומענדיגן ל"ג בעומר וועט פארקומען די מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה, ברוב עם הדרת מלך, במעמד קהל רב, אלפי חסידי סקווירא – די מעמד וועט זיין משולב מיט די יערליכע מעמד ההדלקה וואס קומט פאר יעדן ל"ג בעומר, און עס וועט פארקומען אינעם נייעם בית המדרש הגדול והחדש! דאס וועט זיין די ערשטע מאל וואס חסידי סקווירא וועלן איבערטרעטן די ערד פון זייער נייעם ביהמ"ד וואס ווערט געבויט מיט א פראכט, און אפרעכטן דארט די היסאטרישע מעמד.


נאך דעם וואס די רבי וועט גיסן די בורות און אפרעכטן די הדלקה לכבוד התנאי האלקי רבי שמעון בר יחאי, וועט די רבי – באותו מעמד זיצן און אפנומען די נדבת לב פון כלל חסידי סקווירא לטובת דעם הייליגן פראיעקט.

Comments


bottom of page