top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית וויז'ניץ • צוויי גאסן א נאמען געגעבן נאך אדמור"י וויז'ניץ

דאנערשטאג פ' צו - ח' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - שטייענדיג ערב די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצ''ל, זענען חסידי וויזניץ דערפריידט געווארן מיט די בשורה מרנינה, אז בקרוב הימים וועט מען געבן נייע נעמען פאר צוויי גאסן אין שיכון ויזניץ בני ברק, נאך די פריערדיגע רביים צדיקי בית וויז'ניץ.


די גאס "רחוב הר סיני" וואס גרעניצט זיך מיט רחוב אהבת שלום, הארט נעבן די בנין ביהמ"ד הגדול בית ויזניץ, דארט וואו עס האט געוואוינט הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ''ל, וועט פון היינט אן גערופן ווערן "רחוב ישועות משה", און די גאס "רחוב קיבוץ גליות" וואו עס שטייט מיט פראכט די בנין פון ישיבת בית ישראל ודמשק אליעזר ויזניץ, וועט גערופן ווערן רחוב אהבת ישראל, לשמו ולזכרו פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ''ל.

Comments


bottom of page