top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיר עוז לנו • הכרזת הקודש פון האד' מסאטמאר איבער אויסברייטערונג פון שטאט קרית יואל

דינסטאג פ' תזריע מצורע - כ"ז ניסן תשפ"ג | קול בחצרות



נעכטן אויפדערנאכט ביים סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הג' קרית יואל האט זיך כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א באצויגן צו די פארברייטערונגען אין הרחבת גבולים אינעם קרית מלך רב - קרית יואל. די רבי האט דערקלערט מיט שארפע און קלארע ווערטער אז אלע געגנטער וואו "קרית יואל" פארשפרייט זיך זענען אטאמאטיש "א חלק פון קרית יואל"!, און קיינער האט נישט די רעכט אנצורופן סיי וועלכע געגנט פון דאהי ווי אן אייגענע שטאט, און אוודאי נישט איינצופירן אייגענע מנהגים, אייגענע הוראות, אא"וו.


דער רבי האט קלאר ארויסגעברענגט אז דער רבי ז"ל בעל דברי יואל האט געגרינדעט דעם אידישן שטאט "קרית יואל", ער האט עס 'נישט' געגרינדעט אלס א ווילידזש, און די שטאט איז נישט מוגבל צו די ווילידזש גרעניצן, נאר ביז וואו דער ציבור פארשפרייט זיך, ביז דארט איז קרית יואל! און די וואס ווילן אפטיילן געגנטער אלס אן אייגענעם כח, און שוואך מאכן די הוראות פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע דער מייסד הקרי', האט דער רבי ז"ל א שארפע הקפדה אויף אים, און ער לאזט דאס נישט צי, קיינער האט נישט די כח אזאנס צו טון, און קיינער וועט נישט קענען טוישן די מציאות.


יעדער ערליכער איד איז וועלקאם צו וואוינען אין "גאנץ קרית יואל", איבעראל וואו קרית יואל פארשפרייט זיך, אבער אלעס מוז זיך פירן לויט די סטאנדארטן פון "קרית יואל", און אלעס מוז זיין לויט די הוראות פונעם פעטער, דער רבי זי"ע מייסד הקרי'.




bottom of page