top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סדר הנסיעה • האד' מביאלא נעמט אונטער היסטארישע מסע הקודש קיין פולין

מאנטאג פ' תזריע מצורע - כ"ו ניסן תשפ"ג



מיט התרגשות'דיגע געפילן גרייטן זיך חסידי ביאלא צום היסטארישע נסיעה 'ויחיה זרעם' וואס כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וועט אינטערנעמען די וואך צו די קברי אבות אין פולין אינאיינעם מיט די אריבער צוויי הונדערט חשובער נגידים, תומכי ומחזיקי תורה פון די מוסדות הקדושים דחסידי ביאלא אין מודיעין עילית און מעלה עמוס, לרגל די הילולא קדישא פון זקנו הרה"ק רבי יהושע מאוסטרובא זי"ע בעל 'תולדות אדם' וואס מנוחתו כבוד אין שטאט ווארשא, מתפּלל צו זיין און מעורר רחמים זיין פאר ישועות און רפואות.


די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון ארצינו הקדושה שוין היינט מאנטיג אויפן וועג קיין פולין, און צומארגנס דינסטיג וועלן זיך ארויסלאזן די פמליא חסידים נגידים ותומכים וואס וועלן זוכה זיין מיטצוהאלטן געהויבענע פילע שעות פון קורת רוח ותענוג רוחני ליהנות בזיו אורו פונעם רבי'ן שליט"א ביים געהויבענעם נסיעה, צו וואס מ'ציילט שוין די טעג און מינוטן.


דינסטיג נאכמיטאג וועט מען ארויספארן קיין אתרא קדישא ליזענסק און פוקד זיין דעם ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן רבי ר' מיילעך זי"ע, שפעטער ביינאכט וועט די רבי שליט"א מעריך זיין שולחנו הטהור סעודת ההילולא לרגל די יארצייט פונעם תולדות אדם אין א האטעל אין ווארשא, צומארגנס מיטוואך צופרי בעצם יומא דהילולא כ"ח ניסן וועט מען צום הויכפונקט ארויפגיין פוקד זיין דעם ציון המצוינת אויפן בית החיים אין וורשא, וואו עס וועט פארקומען א תפילת רבים ווען דער רבי שליט"א צוזאמען מיטן ציבור חסידים וועלן מתפּלל זיין און מעורר רחמים זיין, לישועת הכלל והפרט. אויף שבת וועט זיך די רבי שליט"א אין די פמליא צוריק קערן אויף קיין ארץ הקודש מיט אוצרות מלאות כל טוב, השפעות וישועות וכל מילי דמיטב.


אין בעפארברייטונג צו די געהויבענע נסיעה איז אין די טעג ערשינען א זעלטענע מכתב קודש ווי כ''ק האדמו''ר מביאלא שליט''א טוט ארויסברענגען די גרויסע חשיבות פון זיין א חלק פון דעם נסיעה, די רבי פירט אויס אינעם בריוו אז עס איז זיכער אז מוועט אהיים קומען אויסגעבעטן מיט ישועות ורפואות און השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.

Comments


bottom of page