top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנה דרבה • האד' מסאטמאר וועט צום ערשטן מאל פראווען יארצייט פון אביו בעל 'ברך משה' אין קרית יואל

זונטאג פ' תזריע מצורע - כ"ה ניסן תשפ"ג


תאו ואתכנשו להילולא דרבי


מיט התעוררות דקדושה וועלן טויזנטער סאטמארער חסידים, אָפצייכענען דעם מאָנטאָג כ“ו ניסן, די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל בצל הקודש פון בנו ממשיך דרכו בקודש כ“ק אדמו"ר מסאטמאר שליט“א מהרי"י וואס וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן די צענטראלע סעודת הילולא בעיר הצדק קרית יואל.


זינטיג נאכמיטאג ערב יומא דהילולא קדישא וועט פארקומען א ספעציעלע סדר לימוד שעות רציפות ווי די טויזנטער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי סאטמאר וועלן זיך צוזאמנעמען כהכנה דרבה צום יארצייט אינעם בית מדרש הגדול אין וויליאמסבורג אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


ביים זמן ר"ת וועט די רבי שליט"א אריינקומען צו תפילת מעריב אין בית מדרש הגדול אינאיינעם מיט די טויזנטער בחורי חמד און דינען אלס שליח ציבור לכבוד ההילולא. דערנאך וועט די רבי שליט"א אפרעכטן די סעודת הילולא געווידמעט בלויז פאר די בחורים תלמידי ישיבות קטנות און ישיבה גדולה אין די זאלן פון ויואל משה, ווי די רבי שליט"א וועט מעריך זיין שולחנו הטהור אינאיינעם מיט תלמידיו הקרויים בנים און משמיע זיין דברות קודש במשנתו פונעם בעל ההילולא, און דברי פתיחה לקראת התחלת זמן הקיץ הבעל"ט. באותו מעמד וועט פארקומען די מעמד חלוקת פרסים דורך חבורת חיות דקדושה שע"י ארגון משכני פאר די בחורים מצטיינים וואס האבן געלערנט שעות ברציפות דורכאויס די ימי בין הזמנים.


מאנטיג נאכמיטאג וועט די רבי שליט"א אַרויספאָרן צום ציון הק' אין קרית יואל אשר שם חלקת מחוקק ספון, אינאיינעם מיט פילע תלמידים וחסידים אין די בחורי הישיבות הקדושות. די צענטראַלע סעודת הילולא וסיום הש“ס וועט היי יאהר צום ערשטן מאל געּפראַוועט ווערן מאנטאָג פאַרנאַכטס אין ביהמ“ד הגדול אויף גארפילד אין קרית יואל, בהשתתפות פון פילע טויזנטער אידן, זקנים ונערים, בעלי בתים ואברכים, רבני ועיני העדה, וואו מען וועט זיך מתאחד זיין כאיש אחד ובלב אחד תחת קורת גג אחד אינאיינעם מיט ממשיך דרכו כ“ק אדמו"ר מסאטמאר שליט“א וואָס וועט מעריך זיין שלחנו הטהור לכבוד ההילולא.


דאָס ביהמ“ד וועט זיין סּפעציעל אויסגעשטעלט אויף אַ גרויסן פאַרנעם צו קענען אויפנעמען דעם ריזיגן ציבור וואָס וועלן קומען צו פאָרן פון גרעיטאר ניו יאָרק, און באַזונדערע דעזיגנירטע ערטער פאַר די בחורי חמד צו קענען אַלעס מיטהאַלטן, דערביי וועט געהערט ווערן דברי תורה און עובדות איבער פעולות צדיק לחיים פון די רבי זצ"ל, ובראשם די דברות קודש בחובת השעה בדברים הצריכין חיזוק, במשנתו פון בעל ההילולא.

Comments


bottom of page