top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם • תושבי אנטווערפען מיטגעהאלטן שיינעם יו''ט בצל האדמו''ר מסאדיגורה

פרייטאג פ' שמיני - כ"ג ניסן תשפ"ג

צילום משה יונתן


תשובי אנטווערפען אין חסידי סאדיגורה האבן אויך דאס יאהר געהאט די זכיה מיטצולעבן א שיינעם יום טוב בצל הקודש פון כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א וועלכע האט ווי אין די פארגאנגענע יאהרן געפראוועט דעם יו''ט פסח בתוככי קהילה קדושה אנטווערפען.


ערב יום טוב האט די רבי שליט''א פארטיילט מצות פאר קהל חסידיו תושבי העיר, דורכאויס יום טוב האט די רבי געדאווענט די תפילות אין די טשארטקוב'ער קלויז אינעם דאווען שטוב אין ביהמ''ד כמנהג אדמור''י בית רוז'ין. בליל התקדש החג איז דער רבי שליט''א אין א זעלטענעם ערשיינונג ארויס מגדרו אין צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב אין דערנאך הלל בנעימות דקדושה.


דעם צווייטן טאג יו''ט איז דער רבי אנגעקומען צו מנחה מעריב אין ביהמ''ד אהל יעקב בנשיאותו פונעם שווער הגה''צ רבי אשר חיים שטערנבוך דומ''ץ מחזיקי הדת, וועלכע האט מכבד געוועהן דעם רבין צו ציילן די ערשטע ספירה.


מאנטיג נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי''ע, עס האבן זיך אנגעזעהן דער מרא דאתרא הגה''צ גאב''ד אנטווערפען שליט''א אין די רבני העיר הגה''צ רבי ליפא טייטלבוים דומ''ץ סאטמאר אנטווערפען, אב''ד נאסויד, הרב דוב בער פרידמאן מטשארטקוב אין נאך.


שפעטער אויפדערנאכט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה''צ גאב''ד אנטווערפען שליט''א ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס מעניני חג הפסח.


נעכטן מוצאי יום טוב האבן זיך הונדערטער אידן באטייליגט ביים נעילת החג טיש ווי די רבי האט געזאגט תורה אין פארגעזינגען 'חסל סידור פסח' כנהוג, נאך מעריב אין ספירת העומר האט די רבי פארטיילט מצה פאר די חסידים אין תושבי המקום.
















bottom of page