top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טוב יום בחצריך • סדר הנסיעה פון האד' ממונקאטש צום עיר האבות מונקאטש

זונטאג פ' תזריע מצורע - כ"ה ניסן תשפ"ג



ווי ברייט באריכטעט גרייט זיך כ''ק אדמו"ר ממונקאטש שליט''א אונטערצונעמען א היסטארישע נסיעה צום עיר האבות מונקאטש אין באגלייטונג פון עדת צאן מרעיתו לרגל די שמחה בבית צדיקים די בר מצווה פון אן אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, בן לבנו הגה"צ רבי ירוחם פישל שליט"א ראש ישיבת יודעי בינה מונקאטש איידעם ביי הגה"צ אב"ד קירלהאזא שליט"א.


די סדר ימי הנסיעה וועט זיין ווי פאלגנד, מארגן מאנטיג אויפדערנאכט וועט מען זיך ארויסלאזן פון ניו יארק מיטן ציל אנצוקומען קיין בודאפעסט-אונגארן דינסטאג נאכמיטאג, דארטן וועלן זיך צוזאמטרעפן אלע שיירות וואס קומען צו פארן פון איבער די גאנצע וועלט.


פון בודאפעסט וועט דער גאנצער ציבור פלאצירט ווערן אין א פרעכטיגען האטעל אין אונגארן, וואס וועט דינען אלס קווארטיר פאר די גאנצע פמליא, ווי מען וועט מען איבערנעכטיגען ביידע נעכט פון דעם מסע קודש. דינסטאג נאכט, וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אין א גרויסן זאל, די פרעכטיגע סעודת מצוה לכבוד די שמחת בר מצוה פונעם רבי'נס אייניקל.


מיטוואך אינדערפרי, וועט מען אויפשטיין בהשכמה, און זיך ארויסלאזן אויפן וועג צום שטאט מונקאטש, וואס געפינט זיך היינט צו טאגס אין אוקריינא.


מען וועט דורכשפרייזן די גרעניץ פון אונגארן קיין אוקריינא, און ממשיך זיין דעם קורצן וועג ביז די שטאט מונקאטש, ווי עס וועט בעה"י פארווירקליכט ווערן דעם "טוב יום בחצריך", א געהויבענעם טאג אין דער אלטער היים אין שטאט מונקאטש, בצלא דמהימנותא קדישא פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א במקום משכן הצדיקים הקדושים לבית מונקאטש זי"ע דור אחר דור.


גלייך ביים אנקומען, וועט פארקומען דעם געהויבענעם מעמד הנחת תפילין, ווען מען וועט אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א אריינגיין אינעם "מקום שהתפללו אבותיו", אין דעם "דאווין שטוב" וואס געפונט זיך אין דעם הייליגען הויז, ווי עס איז געווען דאס וואוינארט פון די הייליגע צדיקים לבית מונקאטש זי"ע רועי ומנהיגי ישראל לדורותיהם.


דערנאך וועט מען דאווענען שחרית ברוב עם, אויף דעם זעלבן באדן און אדמת הקודש ווי די הייליגע צדיקים לבית מונקאטש האבן אפגעראכטן זייער הייליגע עבודה לפני ד'.


נאך שחרית וועט די רבי שליט"א פראווען א לחיים טיש לכבוד די שמחה אין בית המדרש אהל רחל, און דערנאך וועט זיין צוגעשטעלט א סעודה רחבה כיד המלך פת שחרית לכל הקהל הקודש אינעם גרויסן היכל 'בית המדרש הגדול' אין מונקאטש.


שפעטער אין טאג וועט מען ארויפגיין צום נייעם פראכטפולן אהל אין מונקאטש, ווי עס איז מקום מנוחת קדשם פון די שלשלת הרועים, בעל שם שלמה, בעל דרכי תשובה ובעל מנחת אלעזר זי"ע, און די רעבעצינ'ס. ברוב עם הדרת מלך, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, וועט מען זיך געזעגענען און מזכיר זיין ביי די הייליגע רבי'ס, און אויס'פועל'ן אלעס גוט'ט.


נאכן עלייבהלציון וועט פארקומען די מעמד גניזת כתבי קודש פון פילע הונדערטער שטיקער יריעות ספרי תורה וואס זענען זינט דעם חורבן אייראפע געלעגן בבזיון אין די ארכיוון געביידעס פון די ממשלה.


נאך דעם געהויבענעם טאג פון תפלות ותחנונים, וועט מען פארנאכטס אריבערשפרייזן דעם גרעניץ צוריק קיין אונגארן, ווי מען וועט איבערנעכטיגען אינעם זעלבן האטעל, און דאנערשטאג מיטאג, וועט די פמליא זיך ארויסלאזן אויפן וועג אהיים אנגעפילט מיט השפעות וכל טוב בזכות הקדושים אשר בארץ המה.




Comments


bottom of page