מיטוואך פ' צו - ז' ניסן תשפ"ג
קרעדיט JD media
קול בחצרות - אויפן פערזענליכן פארלאנג פון כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט"א וועלכער האט אויפגעפאדערט די עסקנים וואס זענען עוסק אין די עבודת הקודש פון אויפבויען דעם בית מקדש מעט דער ביהמ''ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא זיך צו נעמען באלד צום בנין המקוה, איז פארגאנגענע וואך געשלאסן געווארן דער קאנטראקט מיט די בארימטע MYLU טיעם וואס ידיהם רב להם אין אויפבויען גרעסערע מקוה פראיעקטן, אין האבן זיך אונטערגענימען נאכצוקומען דער פארלאנג פונעם סקווירא רבין שליט''א אז דער מקוה זאל שוין זיין גרייט צום באנוץ אויף דעי קומענדיגער ירח האיתים חודש תשרי הבעל''ט, אין ליכט פון די אומגעהויערע דחקות וואס הערשט אין די יעצטיגע מקוה אין שיכון סקווירא סיי אינמיטן וואך אין בפרט אין די ימים טובים, זיי האבן זיך תיכף גענומען צו דער ארבעט צו אהערשטעלן די פראכטפולע מקוה כרואי וכיאות אינעם נייעם ביהמ"ד.
נעכטן דינסטאג איז אנגעקומען א גרויסער טראק לאוד מיט שטיינער לצורך הבני', און דעם פרייטאג וועלן די סקווערער גאסן ווירבלען מיט אזויפיל ווי 80 צעמענט טראקס וועלכע וועלן מאכן זייער וועג צו דעם נייעם ביהמ"ד צו גיסן דעם גאנצן שטאק פונעם היכל הביהמ"ד.
Commentaires