top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וויליאמסבורג • הנגידים למשפ' ווייס אפגעקויפט שם הבנין פארן נייעם סאטמארע ביהמ''ד אין לינדען

מיטוואך פ' צו - ז' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - נעכטן אויפדערנאכט זייענדיג אין וויליאמסבורג איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ארויף אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס מנהל מחנות רב טוב דסאטמאר, ווי עס איז פארגעקומען א חתימות שטרות ווי ר' אהרן אינאיינעם מיט זיין פאטער הרבני הנגיד ר' מרדכי ווייס הי"ו האבן אפגעקויפט די שם הבנין פונעם הביהמ''ד גדול והחדש דחסידי סאטמאר בעיר לינדען פאר די פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאללער!


דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים, דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואנטשן פאר די נדבנים ר' מרדכי הי"ו ובנו ר' אהרן הי"ו ובני משפחתם. דערנאך האט דער נדבן ר' אהרן הי"ו געצייגט פארן רבי'ן די הרחבת גבולי הקדושה און די פארשריט אינערהאלב די מחנות הקיץ מחנות נתן צבי.





Commentaires


bottom of page