זונטאג ב' דחוה"מ פסח - י"ח ניסן תשפ"ג

א שיינעם יו''ט איז פאראיבער בחצר הקודש טאהש אין שאטן פונעם בלעקאוט אין רעזולטאט פון א זעלטענע רעגן שטורעם וועלכע האט זיך אראפגעלאזט אין קוויבעק קאנאדא אין האט באטראפן א גרויס טייל פון די חרדישע געגענט אין מאנטריאל וועלכע האבן נישט געהאט קיין עלעקטריק משך גאנץ יו''ט.
אויך אין קרית טאהש געוועהן א קורץ שלוס ביים זמן פון יום טוב, אין האט אנגעהאלטן פאר א חלק שטעטל ביז פרייטאג די צווייטע טאג יום טוב צופרי, און א חלק שטעטל ביז נעכטן שבת נאכמיטאג, טראץ די אלע שוועריקייטן איז פאראיבער א שיינעם יו''ט בחצר הקודש, די דערהויבענע תפילות, ועריכת הסדרים ושלחנות הטהורות בצל הקודש. הארט פאר כניסת יום טוב האבן די חברים דקרית טאהש אריבער געברענגט דשענערעיטער'ס צום היכל הטישן בביתו נאוה קודש פונעם רבין שליט''א כדי די רבי זאל קענען פראווען די סדרים אין די תפילות אין די לעכטיגקייט.
Comments