top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וגילו צדיקים • חתונה בחצה"ק תולדות אהרן צום ערטשן געפראוועט געווארן אינעם קרית הישיבה אין אלעד

דינסטאג פ' תצוה - ז' אדר תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


בשמחה והתרגשות האבן חסידי תולדות אהרן זיך מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס איז אין א היסטארישע שריט צום ערשטן מאל געפראוועט געווארן אין די נייע בנין הישיבה דחסידי תולדות אהרן אין שטאט אלעד.


עס איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה א אייניקל פונעם רבי'ן, בת לבנו הגה"צ ר' נחום קאהן שליט"א רב חסידי תולדות אהרן אין גבעת ירושלים בית שמש. איידעם ביי דודו הגדול הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרב שמעון נתן נטע האראנטשיק שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם מענדיל האראנטשיק שליט"א מלעלוב, און איידעם ביי הגה"צ ר' מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה.


די געהויבענע שעות בצילא דמהימנותא עילאה האט זיך שוין אנגעהויבן גאר פריה פארטאגס, מיטוואך אינדערפרי ראש חודש אדר, ווען די בחורי הישיבה גדולה פון אלעד זענען אריינגעקומען קיין ירושלים צו דאווענען שחרית מיטן רבי'ן, נישט צו ח"ו צוקומען צו ביטול תורה, אין די צייט וואס מען גרייט צו די היכל הישיבה צום גרויסן חתונה.


אין די פריע פארטאגס שעה'ן האט מען זיך געשטעלט זאגן גאנץ ספר תהלים, ווי איינגעפירט ביי יעדע חתונה אין הויף, כדי אז אלעס זאל אריבערגיין בשלום על צד היותר טוב. דערנאך האבן די תלמידי הישיבה און די כולל אינגעלייט געדאווענט מיטן רבי'ן א פייערדיגע ראש חודש דאווענען, ווען דער רבי דער בעל שמחה איז יורד לפני התיבה אויף הלל כנהוג.


נאכן דאווענען און עטליכע ברית'ן האט דער רבי געפראוועט א לחיים טיש לכבוד ראש חודש, און דערנאך האבן די בחורים ממשיך געווען מיט די סדרי הלימודים אין ביהמ"ד הגדול ביז שפעט נאכמיטאג.


ארום פינף אזייגער נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן די מאסיווע שטראם פון הונדערטער חסידים גייענדיג אויפן וועג קיין אלעד, פילע באסעס האבן געפירט דעם ציבור ביזן היכל הישיבה, וואס איז געווען פראכטפול צוגעגערייט לכבוד די שמחה בבית צדיקים.


ארום זעקס אזייגער נאך תפילת מנחה איז דער תולדות אהרן רבי ארויסגעפארן ממעון קדשו אין ירושלים אויפן וועג קיין אלעד, דער רבי איז אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים, וואו מ'האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות. הרב החסיד ר' אהרן זעלקאוויטש מטובי המשוררים אין תולדות אהרן האט אויפגעטרעטן מיט שיינע גראמען, און דערנאך איז מען ארויס צום חופה.


ביי די מעמד החופה איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, קריאת הכתובה דער זיידע פון חתן הגה"צ ר' מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה, ברכות ראשונות דער זיידע פון כלה הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע פון חתן הגה"צ ר' מנחם האראנטשיק שליט"א מלעלוב.


נאכן חופה איז געווען צוגעגרייט די סעודת החתונה בריווח פאר אלע חסידים, צום באשטימטן צייט איז דער רבי ערשינען צו די חתונה לקול תרועת השמחה, ווען די ציבור חסידים הייבן זיך מיט ריקודין של שמחה אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס, דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן מערערע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה, צווישן זיי האדמורי"ם מפיטסבורג, קהל חסידי ירושלים, נחלת אהרן, שומרי אמונים בני ברק, שומרי אמונים אשדוד, טעמעשוואר, טעמעשוואר אלעד, דעעש ירושלים, הגה"צ ר' נחמן בידערמאן מלעלוב, הגה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און נאך פילע רבנים ואישי ציבור.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א עלטער פעטער פון חתן, ברכות ראשונות דער דאפלטער עלטער פעטער פון כלה כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן, און ברכה אחריתא הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


נאכן בענטשן איז מען צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ ברגשי קודש, צום ערשט האט געטאנצט הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, דערנאך האט מען זיך צוגעגרייט בהכנה דרבה צו די ריקודי קודש פונעם רבי'ן שליט"א, מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער איבער די גרויסקייט פון די יעצטיגע זמן. דאן איז דער רבי צוגעטרעטן בשלהבת אש קודש און געטאנצן די ריקודין עילאין לפני הכלה, דערנאך מיטן חתן און די זיידעס און מחותנים.


דערנאך האבן געטאנצן די אנדערע זיידעס און מחותנים, א ספעציעלע התרגשות האט געהערשט אין היכל ווען מ'האט ארומגערעדט אין די גראמען איבער די גרויסע באבע הרבנית הצדיקת מתולדות אהרן ע"ה, וואס מ'שטייט אצינד געציילטע טעג איידער איר ערשטע יארצייט.


נאכן מצוה טאנץ פון די חתן און כלה, איז דער ציבור זיך צעגאנגען מלא וגדוש מיט השפעות טובות, און פילע אוצרות ברוחניות ובגשמיות פון די געהויבענע שמחה בבית צדיקים.






























































Commenti


bottom of page