דינסטאג פ' תצוה - ז' אדר תשפ"ג
קול בחצרות - אלפי חסידי סאטמאר תושבי קרית יואל רבתי גרייטן זיך מיט התרגשות צום פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה וואס וועט געפייערט ווערן בקרב קהל עדת מי מנה טויזנטער חסידי סאטמאר תושבי עיר הצדק קרי' נאמנה דעם קומעדיגן שב"ק פר' תצווה שבת זכור, בראשות פון די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
א באזונדערע שמחה וחדווה הערשט אין קרית יואל רבתי עם האבנדיג די זכי׳ לעשות את השבת בצלא קדישא עילאה פונעם רבין שליט"א וואָס קומט צו פארן ממעון קדשו צו באַשיינען דעם שבת של שמחה בקרב קהילתו אין קרית יואל לרגל שמחת התורה ושמחת הקהל
די טויזנטער חסידים קוקן ארויס ברגשי קודש אויף די געהויבענע תפלות, עריכת השלחנות, שמחה הרוממה הכנסת ספר תורה בעצם יום השבת, די ווארעמע התעוררות׳דיגע רעוא דרעוין און מעמד שמחת התורה במוצאי יום גילה.
די מהודר׳דיגע ספר תורה איז געשריבן געוואָרן בשותפות דורך די טויזנטער חסידים חברי קהל יטב לב תושבי העיר קרית יואל רבתי אַלס פאַראייניגטע אונטערנעמונג לזכר נשמתם פון די גרויסע רבי'ס, מייסד הקהילה והעיר הרה"ק מסאטמאר זי"ע און ממלא מקומו הרה"ק בעל 'ברך משה' מסאטמאר זי"ע, און וועט א צינד אריינגעפירט ווערן ברננה ובעוז ברוב פאר והדר צום בית מדרש הגדול דקהל יטב לב אין קרית יואל.
די געהויבענע שמחה וועט זיך אנהייבן שוין דעם דאנערשטיג ווען עס וועט פארקומען די יום כתיבת האותיות, ווי במשך דעם טאג וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט לכל הקהל הקודש ״שותפים״ פון די ספר תורה אריינצושרייבן אותיות, און אויפדערנאכט וועט פארקומען ברוב פאר והדר ובמקהלות עם רב, די געהויבענער מעמד 'ועתה כתבו לכם' סיום כתיבת האותיות אין היכל בית מדרש הגדול, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס וועט מפאר זיין בראש המעמד און און אויפטרעטן מיט דברות קודש, און בסיום המעמד וועלן פארקומען ריקודין עילאין לגומרה של תורה.
בשבת ניתנה תורה - די ספר תורה וועט ווערן אַריינגעפירט בקול רינה ותור״ה המון חוגג בעצם יום השבת
פאר קריאת התורה וועט די ספר תורה ארויסגיין ברוב פאר והדר פון שטוב פון הרבני הנגיד ר' יעקב מנחם דייטש מראשי הנהלת הקהילה, און וועט אריינגעפירט ווערן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א לקול תרועת השמחה פון די גאנצע ציבור אינעם היכל בית המדרש הגדול ברוב עם הדרת מלך, נאכפאלגנדיג מיט ריקודין לכבוד התורה, און דערנאך וועט פארקומען קריאת התורה אינעם נייעם ספר תורה, די רבי שליט"א וועט עולה זיין מפטיר און ליינען די קריאה פון פרשת זכור כנהוג, אינעם נייעם ספר תורה, נאך מוסף וועט פארקומען די שמחת הקידושא רבה אינעם נייעם פליגל פונעם בית מדרש הגדול 'בנין אליהו' אין שפיץ פונעם רבין שליט"א.
דער קלימאַקס פונעם שבת של שמחה וועט זיין במוצאי יום גילה, ביים מעמד ״שמחת התורה״ נאך מעריב און הבדלה בתופּים ובמחולות, ווי די חברי הקהלה פון אַלע גלילות און געגענטער אין קרית יואל רבתי וועלן קומען צו פאָרן אנטייל צו נעמען אין די פייערליכע ״שמחת קהלינו״ ואשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים בשמחת התורה.
Comments