top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהוראת הקודש • מעמד ההדלקה דורך האד' מתולודת אברהם יצחק אין מירון אפגערופן געווארן

זונטאג פ' בהר בחקתי - ט"ז אייר תשפ"ג


אין א דראמאטישע אנטוויקלונג איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש תולדות אברהם יצחק אז דער געפלאנטער מעמד ההדקלה ביום ל''ג בעומר אויפן מתחם ההדלקות אין אתרא קדישא מירון אין לעצט מינוטיג אפגערופן געווארן אויף די דירעקטע הוראת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א.


דאס קומט נאכדעם וואס די רבי שליט''א האט קלארגעשטעלט אין איבערגעגעבן חוות דעת קדשו פאר די עסקנים אז ער וועט בשום אופן נישט צינדן אויף א שטח וואס איז צגעשטעלט אין פולקאם פינאנצירט געווארן דורך די ציוניסטישע רעגירונג. בליל ל''ג בעומר וועט די רבי אנצינדן די הדלקה אין ירושלים ווי געפלאנט, אין צומארגנס ביום ל''ג בעומר וועלן חסידי תולדות אברהם יצחק ווי יאהר יערליך ארויספארן קיין מירון ווי מען וועט דאווענען מנחה נאכגעפאלגט מיט די מנהג החלאקע'ס אין די ריקודין לכבוד היום אויפן שטח פון תולדות אברהם יצחק סמוך ונראה צום ציון הק' אין מירון.

Comentários


bottom of page