top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע 'ישיבה לצעירים דחסידי וויזניץ' וועט זיך עפענען קומענדיגע זמן הלימודים אין מאנסי

דאנערשטאג פ' אמור - י"ג אייר תשפ"ג | קול בחצרות


מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי חסידי וויזניץ אין ניו יורק די בשורה טובה ומהרנינה פון הרחבת גבולי הקדושה, אז בברכתו פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועט זיך עפענען די קומענדיגע זמן הלימודים א נייע 'ישיבה לצעירים דחסידי וויזניץ' על אדמת ניו יארק פאר וויזניצער בחורים תושבי מאנסי והגלילות.


נאכפאלגענדיג די הערליכע בליה און וואוקס פון דער וויזניצער קהילה אין מאנסי האט זיך שטארק אויסגעשטעלט אינטערעסע אין פארלאנג פאר א ישיבה קטנה ווייטער ממשיך צו זיין דער קייט פון די מוסדות התורה והחינוך דחסידי וויז'ניץ אין מאנסי ווי די חסידים זאלן קענען ערציען די קינדער אויפן אויסגעטראטענעם וויזניצער דרך. אלס מנהל הישיבה איז אויפגענומען געווארן הרה"ג ר' שלום מרדכי קרענגל שליט"א וועלכע איז שוין לאנגע יארן באקאנט מיט זיין מומחיות אין די פעלד פון חינוך אוועקצושטעלן בחורים צו זייער מאקסימום הצלחה. אין צוגאב צו די געטרייע שטאב פון אויסגערופענע מגידי שיעורים און מחנכים. אזוי אויך איז אויפגענומען געווארן א געלונגענע הנהלה גשמי וועלכע וועט זארגען פאר אלע גשמיות'דיגע אנגעלענהייטן להצלחת הישיבה.


די וואך האט זיך די הנהלת הישיבה פארבינדן מיטן נשיא הישיבה מרן אדמו''ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האלט זיך יעצט אויף אין דאבאס שווייץ אויף אפרוה. דער רבי האט זיך פאראינטערסיט אין די פארשריט פון די עפענונג פון די נייע ישיבה און איבערגעגעבן ברכת קדשו און דברי הדרכה פאר די חשובע צוות והנהלת הישיבה.

Comments


bottom of page