top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ריזן מעמד ההדלקה געפלאנט אין ירושלים בראשות הרה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א

מיטוואך פ' אמור - י"ב אייר תשפ"ג | קול בחצרות


א ריזיגע מעמד הדלקה ווערט געפלאנט דעם קומענדיגן ליל ל"ג בעומר ברחובות ירושלים עיר הקודש, ווען עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזענטער אידן צו פייערן די הילולא דרשב"י אין שפיץ פון הגה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מגדולי מנהיגי ברסלב.


די גרויסארטיגע מעמד הדלקה אין שפיץ פון הגה"צ ר' יעקב מאיר איז פון די גרעסטע מעמדי הדלקה בעיר הקודש ירושלים, א מעמד וואס ברענגט צונויף שווערע טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה זיך צו דערווארעמען בהילולא דרשב"י, און הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבן, וואס איז ווי באקאנט שטארק דבוק אין תורת הקבלה במשנתו פונעם בעל ההילולא רבי שמעון בר יוחאי, דרש כל תעלומות עלה מעלות רמות, אדוננו בר יוחאי.


די ריזן מעמד הדלקה וועט בעזר השם פארקומען דאס יאר אויפן ריזן שטח פארנט פון די סוכת דוד זאלן אין ירושלים, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן הויכשטאקטיגע פארענטשעס פון פערצן שטאק צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, און הונדערטער זיץ פלעצער פאר די עלטערע אידן וחשובי העדה.


אין די יעצטיגע טעג טוען די עסקנים אויסארבעטן אלע דעטאלן ארום דעם גרויסן מעמד, זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט אהערגעשטעלט על צד היותר טוב. די מעמד ההדלקה וועט זיך אנהייבן אום ניין אזייגער ביינאכט, און וועט זיך פארציען פאר לאנגע שעה'ן בשירות ותשבחות און ריקודין עילאין לכבוד התנא האלקי, דברות קודש און מאמרי תורה וואס הרה"צ ר' יעקב מאיר וועט משמיע זיין בגודל קדושת היום.


שפעטער באנאכט וועט אויפן זעלבן שטח פארקומען נאך א גרויסע מעמד ההדלקה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכער וועט אנצינדן די מדורה במעמד אלפי ישראל לכבוד התנא האלקי עד אור הבוקר.

bottom of page