top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבת לחיים ביי האד' מסאטמאר לרגל דאס אפקויפן די שם הבנין פונעם נייעם הצלה גאראדזש אין קרית יטב לב

מונטאג פ' אמור - י' אייר תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאווה קודש פון כ”ק מרן אדמו”ר מסאטמאר שליט”א אין קרית יטב לב, לרגל דאס אפקויפן די שם הבנין פונעם נייעם פראכטפולן הצלה גאראדזש אין שטאט דורך הרבני הנגיד ר’ ישראל חיים בערקאוויטש ני”ו מבוני העיר.


ביים מסיבת לחיים האבן זיך משתתף געווען הנהלת חברת הצלה דקעטסקילס ווי אויך מיטגלידער פון די הצלה דקרית יטב לב.


הרה”ח ר’ יודל פייג ני”ו איבערגעגעבענע קארדינעיטאר פון קעטסקילס הצלה האט איבערגעגעבן א באריכט פון די אקטיוויטעטן פון חברה הצלה דורכ’ן יאר ווי אויך די גינסטיגע נייעס אז קעטסקילס הצלה איז געווארען אפראווד פאר א גרענט אויף צוויי שפאגעל נייע אמבולאנסן פאר די לאקאלע הצלה אפעראציעס אין שטאט.


דער נדיב ר' ישראל חיים האט ארויסגעברענגט די פאקט, אז מען בויעט די גאראדזש מיט א בליק אויפן עתיד, אז די גאראדזש זאל האבן פלאץ פאר 6 אמבולאנסען אפילו אז יעצט ברויך מען נאר 2, אבער מיט די ערווארטעטע פלייץ פון נייע דירות, בויעט מען עס יעצט אויף א ברייטע פארנעם.


דערנאך האט מען גע’חתמ’ט די שטרות און די רבי האט ווארעם אנגעווינטשן די נדבן, די הנהלה פון הצלה און עקסטער ווארעם אנגעווינטשען די לאקאלע מעמבערס.









댓글


bottom of page