top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סטראקטור פון גיגאנטישן ביהמ"ד הגדול ד'שיכון סקווירא גרייט צו אקאמאדירן מעמד ההדלקה מיט יציקת הבורות

זונטאג פ' בהר בחקתי - ט"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות

טויזענטער חסידי סקווירא טוען אין די טעג שטורעמען פאר התרגשות, זיך גרייטענדיג מיטצולעבן זעלטענע געהויבענע מאמענטן בצילא דמהימנותא, ביים גרויסארטיגן מעמד ההדלקה בליל ל"ג בעומר הילולת הרשב"י, וואס וועט פארקומען אויף אן ערשטמאליגן און היסטארישן פארנעם בתוככי בנין בית המדרש הגדול והחדש, על רצפת כבוד המעטירה, וואו עס ווערט אצינד געבויעט די הערליכע בנין בית המדרש החדש והמפואר.


די היי יעריגע מעמד ההדלקה טראגט גאר א ספעציעלן באדייט, ווען אין לויף פונעם מעמד וועט דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א גיסן די יסודות פאר די נייע פראכטפולע מקוה טהרה, וואס ווערט געבויעט אין די אונטערשטע שטאק בבנין בית המדרש הגדול והחדש, ארומנעמענדיג די הערצער פון טויזענטער חסידי סקווירא בשלהבת אש קודש און געפילן פון קדושה וטהרה, כמאמר רבי עקיבא, מה המקוה מטהר את הטמאים, אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל.


ווי באקאנט איז אין די לעצטערע וואכן געלאזט געווארן אין גאנג די גרויסארטיגע קאמפיין אויפצוטרייבן הונדערטער טויזענטער דאלארן צו קענען אויפבויען דעם פראכטפולן מקוה לשם ולתפארת, און ווי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו און פארלאנגט אז די מקוה דארף שוין זיין גרייט לקראת די קומענדיגע ימים הנוראים הבא עלינו לטובה.


ביי א אסיפה בביתו נאוה קודש מיט צוויי וואכן צוריק האט דער רבי אויפגעפאדערט פון אלע חסידים זיך צו משתתף זיין מיטן סכום פון פינף טויזענט דאללער, און די גבאי השטיבלעך און ראשי החברות טוען אין די טעג מתרים זיין דעם ציבור און אנווארעמען יעדן איינעם פאר אט דעם הייליגן פראיעקט.


אין די יעצטיגע טעג טוען הונדערטער חסידי סקווירא אריינגיין אל הקודש פנימה איבערצוגעבן פארן רבי'ן נדבת לבם, יעדע נאכט נעמט דער רבי אויף די מתרימים סיי ביחידות און סיי אין גרופעס.


א געלונגענע שטאב פון עסקנים ארבעטן פיבערהאפטיג די טעג אהערצושטעלן אלע דעטאלן פארן גרויסן מעמד על צד היותר טוב, א גרופע אינדזשענירן זענען אראפגעברענגט געווארן זיכער צו מאכן אז די פרישע פאדלאגע ביים נייעם בית המדרש קען האלטן אויף זיך אזויפיל מענטשן מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס, און נאכן באשטעטיגן האט מען טאקע היינט אויפגעבויעט אויף אלע זייטן פופצן שטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור.


די הויכפונקט פונעם מעמד וועט זיין ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט מדליק זיין די מדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערביי אויפפלאקערן דעם ציבור בריקודין קדישין לכבוד התנא, זיך צו דערהייבן העכער און העכער בקדושה ובטהרה.


דאן וועט מען צוטרעטן צום שפיץ ווען דער רבי וועט גיסן די יסודות פאר די נייע מקוה, און שפעטער וועלן די טויזענטער חסידים אריבערגיין ביים רבי'ן איבערגעבן די נדבות און ערהאלטן ברכת הקודש לעד ולנצח.

bottom of page