top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט | דרינגנדע אסיפת רבני סקווירא פאררופן דורך בני האד' מסקווירא איבער די סכנה פון AI סערוויס

מוצ"ש פ' אחרי קדושים - ח' אייר תשפ"ג | קול בחצרות


א וויכטיגע זיצונג איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם ליל שישי בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א בהשתתפות פון די חברי הבית דין צדק דשיכון סקווירא אין אלע רבני קהילת סקווירא אין ניו יארק אין ניו דזערזי אינאיינעם מיט בני כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א, ווי מען האט דורכגעטוהן אין מטכס עצה געוועהן כבוד ראש וועגן דעם פרישן פירצה אין דער שרעקליכער סכנה און מכשול פון דעם נייעם AI סערוויס, וואס מען קען זיך באנוצן דערמיט סיי דורך קאמפיוטער, סיי דורך טעקסט, און אפילו דורך א פשוט'ן טעלעפאן מיט אפענער אינטערנעט אָן קיין פילטער רח''ל.


צומארגנס פונעם אסיפה ערב שבת איז ערשינען א ''גילוי דעת ואהזרה דחופה'' אונטערגעשריבן דורך די בית דין צדק דשיכון סקווירא ואיתם עמם די רבני הקהילה איבער דער ''איסור החמור" וואס איז אוועקגעשטעלט און פארעפנטליכט געווארן דורך אלע גדולי הדור בנוגע אינטערנעט אָן א פילטער, אינעם בריוו שרייבן די רבנים אז כאטש וואס דערווייל איז נאכנישט פאר יעדן באוואוסט די גרויסע סכנה וואס דער AI סערוויס טראגט מיט זיך. אבער נאכן עס קלאר מברר זיין האבן מיר פעסטגעשטעלט אז עס איז בלי-ספק א שרעקליכע געפאר און סכנה גדולה פאר אלע גרויס און קליין צוגלייך, דעריבער זענען די רבנים מכריז ומודיע, אז אזוי ווי דער סערוויס איז אפן און אויסגעשטעלט צו כל-מיני תועבות, מינות און אפיקורסות, איז פשוט, אז דאס איז אין כלל פונעם "איסור החמור" וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך די גדולי הדור בנוגע אינטערנעט אָן א פילטער, אין דער באנוץ מיט AI איז אסור בתכלית האיסור בכל אופן וצורה שהוא, אפילו אויפ'ן טעלעפאן.





Comentários


bottom of page