מונטאג פ' אמור - י' אייר תשפ"ג | קול בחצרות
אריבערגייענדיג די טעג ביים גיגַאנטישן שטח נעבן דעם ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, דערקענט זיך שוין די הכנות ווָאס ווערן שוין געמַאכט, אנצוגרייטן דעם בָאדן אויפצונעמען די רבבות ישראל פון אומעטום, ווָאס זענען ערווַארטעט מיטצוהַאלטן דעם פייערליכער "מעמד ההדלקה" ווָאס וועט כמדי שנה בשנה אּפגערָאכטן ווערן לכבוד היום ל"ג בעומר ווָאס געפַאלט אויס קומענדיגן מָאנטָאג נַאכט ּפרשת בהר בחקותי.
אין די יעצטיגע טעג זענען די צענדליגער עסקני הקהילה פארנומען יעדער אויף זיין פאזיציע אהערצושטעלן די דעטאלן פונעם יערליכן ריזן מעמד ההדלקה וואס קומט פאר בחצר ביהמ"ד הגדול ווען ררבות שלומי אמוני ישראל קומען זיך צוזאם מיטהאלטן די דערהויבענע מאמענטן בעת כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א צינדט אן די הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. דער מעמד ההדלקה בחצר בית המדרש הגדול איז אין די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אין א ריזן מעמד ווען טויזנטער אידן פון איבער גאנץ ניו יארק און אפילו פון ווייטערע מקומות קומען צו.
אזוי אויך אינערהאלב די סאטמארע קאפעליע קומען שוין פאר די פיבערהאפטיגע הכנות ווען די קרוב צו צוויי מנינים זינגערס זענען שוין פארנומען חזר'ן די ניגונים פארן גרויסן מעמד.
א באזונדערע שטאב עסקנים זענען אויפגענומען געווארן צו מסדר זיין אלע קלענערע טעכנישע דעטאלן ווי פרחי החאלאקע, אויבן-אן, אין אזוי ווייטער, ארבעטן די עסקנים רונדע דעם זייגער אהערצושטעלן דעם ריזן מעמד לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
די עסקנים לייגן אריין שווערע כוחות צו פארזיכערן אז דער שטח האט די מעגליכקייט צו אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור ווען מען קוקט אריין אין פארשידענע אפציעס פון פארבעסערן דעם אויסשטעל נאך וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע יארן אז טראץ וואס די שטחים ארום זענען ריזיג גרויס האט געהערשט א שרעקליכער געדרענג אויף אלע ארומיגע שטחים במשך דעם גאנצן מעמד. אזוי אויך זיצט מען מיט פארשידענע פירמעס וועלכע וועלן זיך אפגעבן יעדער מיט זיין פאך, סיי אויפן פעלד פון סאונד ווען א ספעציעל געדונגענע גרויסע פירמע ארבעט צו פארזיכערן אז מען הערט גוט און קלאר אויפן גאנצן שטח ארום, סיי אויפן חלק פון טראנספארטאציע ווען א ספעציעלע פירמע איז אויפגענומען געווארן צו פארפיגן אויף טראנספארטאציע פון אלע ווינקלען פון שטאט און פון די ספעציעלע פארקינג שטחים.
Comments