top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרואוו צוריק אויפצובויען היסטארישן אוצר הספרים פון "ישיבת חכמי לובלין"

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 26 ביולי 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' פנחס • כ' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

נאך לאנגע יארן נאכן קריג וואס עס איז געווען אנגענומען ביי היסטאריקער אז די היסטארישער אוצר הספרים פונעם לובלינער רב הגה"ק רבי מאיר שפירא זי"ע וואס האט זיך געפונען אין "ישיבת חכמי לובלין" וואס איז בימיו געווען פון די גרעסטע תורה צענטערן איבער אייראפע - איז אינגאנצן פארניכטעט געווארן דורך די נאציס ימ"ש, די 22,000 ספרים האבן לויט באריכטן פון נאכן קריג געברענט פאר 20 שעה אין צענטער פון שטאט, אין די לעצטערע יארן האט מען אבער אפגעפונען א צאל אלטע ספרים וואס זענען געזיגלט מיטן שטעמפל פון ישיבת חכמי לובלין, און דאס האט אויפגעוויזן אז א גרויסע טייל פון די ספרים זענען נישט פארברענט געווארן נאר קאנפיסקירט געווארן דורך די דייטשן וואס האבן עס געשיקט קיין דייטשלאנד. אנטיק זאמלער און ביבליאטעק פירער איבער די וועלט האבן דעריבער אונטערגענומען א קאמפיין צו אויפזוכן די ספרים וואס זענען צושפרייט איבער די וועלט און צוריקשטעלן דעם היסטארישן אוצר הספרים אויפן פלאץ.


ree

ree

תגובות


bottom of page