זונטאג פ' אמור - ט' אייר תשפ"ג | קול בחצרות
ועל זקני עמך בית ישראל יהמו נא רחמיך השם אלוקינו
כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין אין מרבה זיין בתפילה לרפואתו השלימה פונעם זקן המשגיחים הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאן שליט''א אב''ד אמונת ישראל, וועלכע ליידט זינט פארלאפענעם פסח פון א שטארקע חולשה אין איז אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל, דער שוואכקייט ביםם משגיח ברענט אויף גרויס זארג ביי תלידיו וחסידיו נאכדעם וואס דער משגיח איז נישט ערשינען אין ביהמ''ד זינט פסח.
היינט נאכמיטאג וועט מען זיך צוזאמקומען אויף א מנין תהילים אין ביהמ''ד אמונת ישראל אין בארא פארק בשעה 6:30 נאכמיטאג, דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן משה בן פריידא רבקה למען יאריך ימיו ושנותיו בנעימים בבריאות השלימות.
Comments