top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בד''ץ העדה החרדית ארויס מיט פסק אנבאלאנגט ל"ג בעומר אין מירון | באריכט

מונטאג פ' אמור - י' אייר תשפ"ג | קול בחצרות


מיט דערלייכטערונג האט דאס יהדות החרדית בארץ הקודש אויפגענימען דעם ענדגילטיגע פסק וואס איז פארעפענטליכט געווארן דורכן בית דין הגדול שבירושלים בד"ץ העדה החרדית אנבאלאנגט דעם בעפארשטייענדיגן יו"ט ל"ג בעומר.


דאס קומט נאך א רייע שטורמישע זיצונגען דורך די שרי התורה חברי הבד"צ שליט"א וועלכע האבן בכובד ראש אויסגעהערט די פרטי פרטים ארום דעם היי יאריגן חגיגה ל''ג בעומר אין גרינטליך דורכגעטוהן די פרישע פלענער וואס דער נייער פרָאיעקטָאר אין מירון פלַאנירט איינצופירן היי יָאר אום ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון.


היינט מאנטיג פארמיטאג ביים מושב בית דין זענען די חברי הבית דין צדק ארויסגעקומען מיט א פסק פארן יהדות הנאמנה בארה''ק וואס ווארטן שוין אומגעדולדיג צו הערן דעם ערליכן דעת תורה פונעם בית דין הגדול.


אינעם פסק בריוו אונטערן קעפל "שלום רב על משכבו אדונינו בר יוחאי", טוען די חברי הבד''ץ דערמאנען די אידן וואס גייען עולה זיין צום ציון הקדוש פון התנא האלוקי רשב"י עטליכע ענינים נחוצים.


בייגעלייגט:


Comentários


bottom of page