פרייטאג פ' ויצא • י"א כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט אן אומבאשרייבליכער התרגשות האבן חסידי סקווירא אויפגענומען די בליציגע נייעס איבער א היסטארישע מסע קודש וואס כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א וועט אונטערנעמען קיין פולין, ביי וועלכע דער רבי שליט"א וועט די קומענדיגער אנהייב חודש שבט ארויספארן מיט הונדערטער נדיבים בעם - די בונים ומקימים פונעם בנין ביהמ''ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא, אויף נסיעה צו די מקומות הקדושים צו די קברי אבות אין פראווען א היסטארישער שבת אינעם אמאליגן עיר גדולה לאלוקים קראקא.
אין די יעצטיגע טעג ווען די בוי ארבעט ביים נייעם פראכטפולן ביהמ"ד הגדול גייט אן אין פולן שוואונג, מוז נאך געשאפן ווערן שווערע מיליאנען דאללארן צו קענען פאראויס גיין מיט די מלאכת הבנייה, צו דעם צוועק וועט די רבי שליט"א אונטערנעמען די היסטארישע נסיעה כדי אויפצוטרייבען גרויסע געלטער למען בית ד' אלוקינו! די חסידים וואס וועלן זיך אנשליסן מיט הונדערט טויזענט דאללער און העכער וועלן האבן די זכיה צו מיטפארן אויף די געהויבענע נסיעה און אויס'פועל'ן אלעס גוטס אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א.
ווי נאר די בשורה משמחת איבער די היסטארישע נסיעה איז פארשפרייט געווארן, האבן חסידי סקווירא אין נדיבים בעם ארויסגעוויזן אינטערעס דערין מיט א שטארקע תשוקה צו זיין פון די יחידי סגולה וואס וועלן האבן די זכי' מיטצוהאלטן די דאזיגע נסיעה במחיצת הקודש.
לויטן פלאן וועט די רבי שליט''א ארויספארן פון ניו יארק מיטוואך לסדר 'וארא אל האבות' ערב ראש חודש שבט, אין די נאכפאלגענדע טעג וועט די רבי מתפלל זיין ביי די ציונים הק' פון די צדיקים, מאורי הדורות וגאוני הקודמים אין קראקא אין אזוי אויך אין ליזענסק לאנצהוט אין נאך מקומות הקדושים וואו מען וועט אויפרייסן די שערי שמים אין מעתיר זיין בתפילה לישועת הכלל והפרט. צום קלימאקס וועט די רבי שליט''א פראווען א זעלטענער שבת אין א פראכטפולער האטעל אין שטאט קראקא. די היסטארישע נסיעה וועט זיך שליסן מיטן רייכן וויעדה המרכזית מוצאי שבת ווי גאר א רייכע פראגראם איז צוגעגרייט.
זינטאג נאכמיטאג וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהייפ קיין ניו יארק אנגעפילט מיט ישועות אין רפואות מיטן האפענונג צו האבן געפויעלט אלס גוט'ס.
Comments