לעיקוואד'ער משגיח הגאון רבי מתיתיהו סאלאמאן אפגעפירט מיט העליקאפטער צו פענסלעוועניע שפיטאל
- בחצרות הקודש

- 2 במאי 2023
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 2 בינו׳ 2024
דינסטאג פ' אמור - י"א אייר תשפ"ג | קול בחצרות

תורה הקדושה התחננו בבקשה - לקיים בנו חכמי ישראל
יעצט נאכמיטאג איז דער לעיקוואד'ער משגיח הגאון רבי מתיתיהו סאלאמאן שליט''א אפגעפירט געווארן מיט א העליקאפטער אין שפיטאל נאך א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות, דער משגיח איז נעכטן אריינגעפירט געווארן צו די מאנמאוט מעדיקל סענטער נאכן ליידן פון א אינפעקציע, אין היינט האבן די דאקטוירם באשלאסן אריבערצופירן דעם משגיח צום פענסלעוועניע שפיטאל אהערצושטעלן די בעסטע באהאנדלונגען, אין ספעציאלירטע דאקטוירים, צו פארגרינגערן דעם משגיח'ס געזונט. דער ציבור איז מתפלל לרפואת מרן מתיתיהו חיים בן עטל בתוך שאר חולי ישראל.







תגובות