top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מלחמת קודש • האד' מסאטמאר דערקלערט קריג קעגן געפארפולע נסיון פון 'עי איי' טעכנאלאגיע

זונטאג פ' נשא - ח' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן מוצאי יו''ט ביים מעמד ברכת הקודש ברחובה של עיר וויליאמסבורג האט כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א במעמד אלפי ישראל שארף ארויסגעטראטן בקול חינוק דמעות קעגן דעם שוידערליכן נסיון פון 'עי איי' (AI) טעכנאלאגיע וואס איז לעצטענס ערפינדען געווארן, ווי די רבי שליט''א האט אויסגערופן קריג קעגן דעם פגע ונגע זאגנדיג אז מדארף שטיין פעלזן אין פעסט איתן כחלמיש קעגן דעם ביטערן נסיון פון 'עי איי'.


נאכפאלגנדיג די פלאם פייערדיגער דברות קודש איז פאררופן געווארן אויף היינט אסרו חג שבועות א וויכטיגער לייוו טעלע-קאנפרענס וואס וועט ווערן מיטגעהאלטן דורך די טויזנטער עלטערן פון די תלמידי המוסדות הקדושים איבער גרעיטער ניו יארק אין ניו דזערזי אריינגערעכנט וויליאמסבורג, קרית יואל, מאנסי, בארא פארק, לעיקוואד, קרית יטלב לב אין מאנטריאל, טאטעס און מאמעס וואס ציטערן פאר די עתיד פון זייערע קינדער, וועלכע וועלן זיך צוזאמנעמען היינט אויפדערנאכט, אויפן קאנפרענס ליין אין הערן די קורצע און קלארע התראת הקודש איבערגעגעבן דורך די דיינים ומחנכים, בשליחות הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, אין זיך מעורר זיין אין אויפשטורעמען די הערצער איבער די געפאר פון 'עי איי' טעכנאלאגיע.




Comments


bottom of page