מאנטאג פ' ויקהל פקודי - כ' אדר תשפ"ג
קרדיט א. אייזבך - בחדרי חרדים
קול בחצרות - צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גָארער וועלט הָאבן זיך אין די טעג ארויסגעלָאזט אויף די וועגן קיין פוילן, מיט'ן ציל אנצוקומען קיין ליזענסק, פוקד צו זיין מקום מנוחתו פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, וועמענס יומא דהילולא עס געפַאלט אויס דער וואך כ"א אדר ווען דאס שטעטל ליזענסק וועט פארוואנדעלט ווערן ווי א מעין קיבוץ גליות פון די פילע צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטון און קרייזן, וועלכע קומען ספעציעל צו פארן פוקד צו זיין דעם ציון הק' און איינצורייסן אויף ישועות ורפואות בזכות הצדיק.
אין די לעצטע צוויי יָארן זענען די נסיעות קיין ליזענסק ליידער געווען אביסל שווַאכער, גלייך ביים ָאנהייב פון דעם פאנדעמיק אויסברוך פון די קָארָאנַא-אונטערגַאנג, ווען מען הָאט צוליב די פַארשלָאסענע גרעניצן און אנדערע זיכערהייט מָאסנַאמען נישט געהַאט די מעגליכקייט צו פארן, און בלויז געציילטע אידן זענען אנגעקומען קיין ליזענסק אויף די הילולא. אויך פַארגַאנגענעם יָאר, ווען עס איז שוין געווען אביסל לייכטער, זענען די נסיעות נָאך אלץ נישט אנגעגַאנגען ווי געהעריג, אצינד ווען מען גרייט זיך ווייטער צו די הילולא, זענען די גרעניצן ב"ה אפן, די זיכערהייט מָאסנַאמען זענען שוין כמעט ווי אלע ארָאּפגענומען געווָארן, און טויזנטער אידן נוצן אויס די געלעגענהייט פוקד צו זיין דעם הייליגן ציון הק' אין די שטָאט ליזענסק.
אין ליזענסק גופא זענען די עסקנים העכסט טעטיג צו ענטפאנגן די טויזנטער אידן וועלכע קומען פריש אן יעדע וויילע. די בארימטע "לעלובער הכנסת אורחים" מיסודו פון כ"ק אדמו"ר רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצוק"ל איז שוין עטליכע ווָאכן טעטיג אנצוגרייטן די פילע טאנען מיט עסן, ווי אויך די טויזנטער בעטן און אנדערע איינריכטונגען, אויך איבער דער גארער וועלט, וואו עס וואוינען נאר חסיד'ישע אידן וועלן במשך דעם יום ההילולא געּפרַאוועט ווערן סעודות הילולא לכבוד די הילולא קדישא, וואו מען וועט פארברענגן מיט סיפורי צדיקים ובמשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע.