מוצש"ק פ' כי תשא - י"ח אדר ה'תשפ"ג

קול בחצרות - א שמחה און פרייד הערשט ביי חסידי סאטמאר איבער די וועלט און ביי חברי קהל יטב לב דסאטמאר ירושלים בפרט אויף די פריידיגע נייעס, אז בהסכמת וברכת קדשו פון כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א, האט די הנהלת הקהילה והמוסדות אין ירושלים, מיט גרויס סייעתא דשמיא דעם ערב שבת געשלאסן קאנטראקט מיט הנהלת ישיבת חברון, צו אפדינגען זייער מעכטיגע געביידע אויף רחוב חגי אין ירושלים, סמוך ונראה צום שטח פון די בניני הקהילה והמוסדות וואס איז ליידער ארויף אין פלאמען, וואס וועט בעזר ד' דינען אויף די קומענדיגע פאר יאר אלס צענטער פון א בית המדרש, א תלמוד תורה און אלע צרכי הקהילה והמוסדות, ביז דער בנין ביהמ''ד הגדול אויף דעם שטח פון די קהילה וועט בעזר ד' פערטיג ווערן לשם ולתפארת.
דער מעכטיגער פראיעקט איז צושטאנד געקומען א דאנק און מיט פינאציעלע שטיצע פון די 2 חשוב'ע פילאנטראפן מראשי הקהילה ה"ה הנגיד מוה"ר אברהם בראך הי"ו ואתו עמו הנגיד ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו, וואס שטייען בראש פונען מעכטיגן פראיעקט פון קרן הבנין פונעם נייעם ביהמ''ד בעיה''ק ירושלים.


Comments